1 זיבן יאָר איז יהואש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך. 2 אין זיבעטן יאָר פֿון יֵהוּאן איז יהואש געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צִבֿיָה פֿון באֵר-שֶבַֿע. 3 און יהואש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ אַלע זײַנע טעג, אַזױ װי יהוֹיָדָע דער כּהן האָט אים געלערנט.
4 נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות.
5 און יהואש האָט געזאָגט צו די כּהנים: אַל דאָס געהײליקטע זילבער װאָס װערט געבראַכט אין ה׳ס הױז אין גאַנגבאַרן געלט, דאָס געלט פֿון נפֿשות לױט איטלעכנס אָפּשאַצונג, אַל דאָס געלט װאָס עמיצן קומט אַרױף אױפֿן האַרצן צו ברענגען אין הױז פֿון ה׳, 6 זאָלן די כּהנים נעמען פֿאַר זיך, איטלעכער פֿון זײַן געבער; און זײ זאָלן פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז, װוּ נאָר אַ צעבראָכענער אָרט װעט זיך דאָרטן געפֿינען.
7 אָבער עס איז געװען אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון מלך יהואש, האָבן די כּהנים נאָך נישט געהאַט פֿאַרריכט די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז. 8 האָט דער מלך יהואש גערופֿן יהוֹיָדָע דעם כּהן, און די כּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס פֿאַרריכט איר נישט די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז? און אַצונד, זאָלט איר מער נישט נעמען קײן געלט פֿון אײַערע געבער, נײַערט אױף די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז זאָלט איר עס אָפּגעבן.
9 האָבן די כּהנים אײַנגעװיליקט, נישט צו נעמען דאָס געלט פֿון דעם פֿאָלק, און נישט צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון הױז.
10 און יהוֹיָדָע דער כּהן האָט גענומען אַ קאַסטן, און האָט אױסגעשניטן אַ לאָך אין זײַן טירל, און האָט אים אַװעקגעשטעלט לעבן מזבח, אױף דער רעכטער זײַט װי מע קומט אַרײַן אין הױז פֿון ה׳; און אַהין פֿלעגן די כּהנים װאָס היטן די שװעל, אַרײַנטאָן דאָס גאַנצע געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון ה׳. 11 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געזען אַז אין קאַסטן איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ איז אַרױפֿגעקומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער כּהן-גָדול, און זײ האָבן אײַנגעבונדן און איבערגעצײלט דאָס געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין הױז פֿון ה׳. 12 און זײ פֿלעגן איבערגעבן דאָס אױסגעצײלטע געלט אין די הענט פֿון די װערקמײַנסטערס װאָס זײַנען געװען געשטעלט איבער דעם הױז פֿון ה׳; און זײ האָבן עס אױסגעצאָלט צו די האָלצמײַנסטערס און צו די בױמײַנסטערס װאָס האָבן געאַרבעט אין הױז פֿון ה׳, 13 און צו די מױערער, און צו די שטײנהעקער, און אױף צו קױפֿן האָלץ און געהאַקטע שטײנער, צו פֿאַרריכטן די צעבראָכענע ערטער פֿון ה׳ס הױז, און אױף אַלץ װאָס איז אַװעקגעגאַנגען אױפֿן הױז, צום פֿאַרריכטן.
14 אָבער קײן זילבערנע בעקנס, שנײַצמעסערס, שפּרענגבעקנס, טרומײטן, קײן שום גילדערנע כּלי און זילבערנע כּלי, פֿלעגט נישט געמאַכט װערן פֿאַר דעם הױז פֿון ה׳ פֿון דעם געלט װאָס איז געבראַכט געװאָרן אין הױז פֿון ה׳. 15 נײַערט צו די װערקמײַנסטערס פֿלעגט מען עס געבן, און זײ פֿלעגן דערמיט פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 16 און מע פֿלעגט זיך נישט רעכענען מיט די מענטשן װאָס מע פֿלעגט געבן דאָס געלט אױף זײער האַנט, אױף צו געבן צו די בַעַל-מלאָכות, נײַערט אױף נאמנות האָבן זײ געאַרבעט.
17 דאָס געלט פֿון שולדאָפּפֿער און דאָס געלט פֿון זינדאָפּפֿער פֿלעגט נישט געבראַכט װערן אין הױז פֿון ה׳; דאָס פֿלעגט געהערן צו די כּהנים.
18 דענצמאָל איז אַרױפֿגעגאַנגען חַזָאֵל דער מלך פֿון אַרָם, און האָט געהאַלטן מלחמה אױף גַת, און האָט זי באַצװוּנגען. און חַזָאֵל האָט געקערט זײַן פּנים אַרױפֿצוגײן אױף ירושָלַיִם.
19 האָט יהואש דער מלך פֿון יהוּדה גענומען אַלע הײליקע זאַכן װאָס יהוֹשָפֿט, און יהוֹרָם, און אַחַזיָהו, זײַנע עלטערן, די מלכים פֿון יהוּדה, האָבן געהײליקט, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, און דאָס גאַנצע גאָלד װאָס האָט זיך געפֿונען אין די שאַצקאַמערן פֿון ה׳ס הױז און פֿון מלכס הױז, און ער האָט עס אַװעקגעשיקט צו חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם. און ער האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם.
20 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
21 און זײַנע קנעכט זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבונטעװעט אַ בונט, און האָבן דערשלאָגן יוֹאָשן אין בֵית-מִלוא װאָס נידערט אַראָפּ צו סִלאָ. 22 יוֹזכר דער זון פֿון שִמעָתן, און יוֹזָבָֿד דער זון פֿון שומרן, זײַנע קנעכט, האָבן אים געשלאָגן, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אַמַציָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.