1 אין זײַנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל, און יהוֹיָקים איז געװען אַ קנעכט צו אים דרײַ יאָר; דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעקערט און האָט װידערשפּעניקט אָן אים.
2 און ג-ט האָט אָנגעשיקט אױף אים באַנדעס פֿון כַּשׂדים, און באַנדעס פֿון אַרָם, און באַנדעס פֿון מוֹאָבֿ, און באַנדעס פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; און ער האָט זײ אָנגעשיקט אױף יהוּדה, כּדי עס אונטערצוברענגען, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים. 3 נאָר לױט דעם מױל פֿון ה׳ איז דאָס געװען אױף יהוּדה, כּדי זײ אָפּצוטאָן פֿון זײַן פּנים, פֿאַר די זינד פֿון מנַשֶהן, לױט אַלץ װאָס ער האָט געטאָן. 4 און אױך פֿאַר דעם אומשולדיקן בלוט װאָס ער האָט פֿאַרגאָסן, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושָלַיִם מיט אומשולדיק בלוט; און ה׳ האָט נישט געװאָלט פֿאַרגעבן.
5 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹיָקימען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
6 און יהוֹיָקים האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון יהוֹיָכין איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
7 און דער מלך פֿון מִצרַיִם איז מער װידער נישט אַרױסגעגאַנגען פֿון זײַן לאַנד, װאָרעם דער מלך פֿון בָבֿל האָט צוגענומען, פֿון דעם באַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם טײַך פּרָת, אַלץ װאָס געהערט צום מלך פֿון מִצרַיִם.
8 אַכצן יאָר איז יהוֹיָכין אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נחוּשתּאָ די טאָכטער פֿון אֶלנָתָנען, פֿון ירושָלַיִם.
9 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן.
10 אין יענער צײַט זײַנען די קנעכט פֿון נבֿוכַדנֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, און די שטאָט איז געקומען אין באַלעגערונג. 11 און נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל איז געקומען אױף דער שטאָט, בעת זײַנע קנעכט האָבן געלעגערט אױף איר.
12 איז יהוֹיָכין דער מלך פֿון יהוּדה אַרױסגעגאַנגען צו דעם מלך פֿון בָבֿל, ער, און זײַן מוטער, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַנע הױפֿדינער; און דער מלך פֿון בָבֿל האָט אים אַװעקגענומען אין אַכטן יאָר פֿון זײַן מלוכה.
13 און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַלע אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; און ער האָט צעהאַקט אַלע גילדערנע כּלים װאָס שלמה דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געמאַכט אין דעם הֵיכל פֿון ה׳ – אַזױ װי ה׳ האָט אָנגעזאָגט. 14 און ער האָט פֿאַרטריבן גאַנץ ירושָלַיִם, און אַלע האַרן, און אַלע העלדישע גיבוֹרים, צען טױזנט געפֿאַנגענע, און אַלע מײַנסטערס און שלעסערס; קײנער איז נישט געבליבן אַחוץ די אָרימסטע פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד; 15 און ער האָט פֿאַרטריבן יהוֹיָכינען קײן בָבֿל; אױך דעם מלכס מוטער, און דעם מלכס װײַבער, און זײַנע הױפֿדינער, און די פּנֵי פֿון לאַנד, האָט ער אַװעקגעפֿירט אין גלות פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל. 16 און אַלע חילס-לײַט, זיבן טױזנט, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, טױזנט, אַלע, גיבוֹרים װאָס טױגן צו מלחמה, זײ האָט דער מלך פֿון בָבֿל געבראַכט אין גלות קײן בָבֿל.
17 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געמאַכט פֿאַר מלך אַנשטאָט אים זײַן פֿעטער מַתַּניָהן, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף צִדקִיָהו.
18 אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון, פֿון לִבֿנָה.
19 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָקים האָט געטאָן. 20 פֿאַר װאָר, פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון ה׳ איז דאָס געשען אױף ירושָלַיִם און יהוּדה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים.
און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בָבֿל.