Publicidade

2 Reis 3

1 און יהוֹרָם דער זון פֿון אַחאָבֿן איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן אין אַכצענטן יאָר פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט צװעלף יאָר.

2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, נאָר נישט אַזױ װי זײַן פֿאָטער און װי זײַן מוטער; װאָרעם ער האָט אָפּגעטאָן דעם זײַלשטײן פֿון בַעַל װאָס זײַן פֿאָטער האָט געמאַכט. 3 אָבער ער איז געװען באַהעפֿט אָן די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון.

4 און מֵישַע דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט געהאַלטן שאָף, און ער פֿלעגט צאָלן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל די װאָל פֿון הונדערט טױזנט לעמער און הונדערט טױזנט װידערס. 5 און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ איז געשטאָרבן, אַזױ האָט דער מלך פֿון מוֹאָבֿ װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 6 איז דער מלך יהוֹרָם אַרױסגעגאַנגען אין יענעם טאָג פֿון שוֹמרוֹן, און האָט איבערגעצײלט גאַנץ יִשׂרָאֵל. 7 און ער איז געגאַנגען און האָט געשיקט צו יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט װידערשפּעניקט אָן מיר; װעסטו גײן מיט מיר אַקעגן מוֹאָבֿ אױף מלחמה? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױפֿגײן; אַזױ װי דו אַזױ איך; אַזױ װי דײַן פֿאָלק אַזױ מײַן פֿאָלק; אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד. 8 האָט ער געפֿרעגט: מיט װאָסער װעג זאָלן מיר אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: מיטן װעג פֿון דעם מדבר פֿון אֶדוֹם.

9 איז געגאַנגען דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און דער מלך פֿון יהוּדה, און דער מלך פֿון אֶדוֹם, און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט זיבן טעג װעגס, און עס איז נישט געװען קײן װאַסער פֿאַרן חיל, און פֿאַר די בהמות װאָס הינטער זײ. 10 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: װײ! װאָרעם ה׳ האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מוֹאָבֿ. 11 האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ נישטאָ אַ נבֿיא פֿון ה׳, אַז מיר זאָלן פֿרעגן דורך אים בײַ ה׳? האָט זיך אָפּגערופֿן אײנער פֿון די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט געזאָגט: דאָ איז דאָ אֶלישע דער זון פֿון שָפֿטן, װאָס האָט געגאָסן װאַסער אױף די הענט פֿון אֵלִיָהון. 12 האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: בײַ אים איז דאָ דאָס װאָרט פֿון ה׳. און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט און דער מלך פֿון אֶדוֹם האָבן אַראָפּגענידערט צו אים. 13 האָט אֶלישע געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: װאָס קער איך זיך אָן מיט דיר? גײ צו די נבֿיאים פֿון דײַן פֿאָטער, און צו די נבֿיאים פֿון דײַן מוטער. האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל צו אים געזאָגט: ניטע! װאָרעם ה׳ האָט צונױפֿגערופֿן די דאָזיקע דרײַ מלכים, זײ צו געבן אין דער האַנט פֿון מוֹאָבֿ. 14 האָט אֶלישע געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ צבָֿאוֹת װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז װען איך שױן נישט דעם פּנים פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, אױב איך װאָלט געקוקט אױף דיר, און אױב איך װאָלט דיך אָנגעזען! 15 און אַצונד, ברענגט מיר אַ שפּילער. און עס איז געװען, װי דער שפּילער האָט געשפּילט, אַזױ איז אױף אים געװען די האַנט פֿון ה׳. 16 און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מאַכט דעם דאָזיקן טאָל גריבער אױף גריבער. 17 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר װעט נישט זען קײן װינט, און נישט זען קײן רעגן, און דער דאָזיקער טאָל װעט אָנגעפֿילט װערן מיט װאַסער, און איר װעט טרינקען, איר און אײַערע פֿיך און אײַערע בהמות. 18 און דאָס איז נאָך װינציק אין די אױגן פֿון ה׳; ער װעט אײַך געבן מוֹאָבֿ אין אײַער האַנט. 19 און איר װעט שלאָגן יעטװעדער באַפֿעסטיקטע שטאָט, און יעטװעדער אױסדערװײלטע שטאָט; און יעטװעדער גוטן בױם װעט איר אײַנװאַרפֿן, און יעטװעדער קװאַל װאַסער װעט איר פֿאַרשטאָפּן, און יעטװעדער גוט שטיק פֿעלד װעט איר פֿאַרדאַרבן מיט שטײנער.

20 און עס איז געװען אין דער פֿרי, װען מע ברענגט אױף דעם קָרבָּן, ערשט װאַסער קומט אַרױס פֿון דעם װעג פֿון אֶדוֹם, און דאָס לאַנד איז פֿול געװאָרן מיטן װאַסער.

21 און גאַנץ מוֹאָבֿ האָבן געהערט אַז די מלכים זײַנען אַרױפֿגעקומען מלחמה צו האַלטן אױף זײ, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, פֿון איטלעכן װאָס גורט אָן אַן אָנגורט און העכער; און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם געמאַרק. 22 און װי זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, אַזױ האָט די זון געשײַנט אױפֿן װאַסער, און די מוֹאָבֿים האָבן געזען פֿון װײַטן דאָס װאַסער רױט אַזױ װי בלוט. 23 האָבן זײ געזאָגט: בלוט איז דאָס; צעקריגן האָבן זיך צעקריגט די מלכים, און זײ האָבן געשלאָגן אײנער דעם אַנדערן. און אַצונד, צום רױב, מוֹאָבֿ!

24 און זײ זײַנען געקומען אין לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל, און די יִשׂרָאֵל זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשלאָגן מוֹאָבֿ. 25 און די שטעט האָבן זײ צעשטערט, און װוּ נאָר אַ גוט שטיק פֿעלד, האָבן זײ איטלעכער געװאָרפֿן אַ שטײן און האָבן עס אָנגעפֿילט, און יעטװעדער קװאַל װאַסער האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט. און יעטװעדער גוטן בױם האָבן זײ אײַנגעװאָרפֿן, ביז זײ האָבן בלױז איבערגעלאָזן אירע מױערשטײנער אין קיר-חַרֶשֶת; און די שלײדערער האָבן זי אַרומגערינגלט, און האָבן זי צעשלאָגן.

26 און דער מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט געזען אַז די מלחמה איז שטאַרקער פֿון אים, און ער האָט גענומען מיט זיך זיבן הונדערט מאַן װאָס ציִען אַ שװערד, כּדי דורכצוברעכן צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם, אָבער זײ האָבן נישט געקענט. 27 האָט ער גענומען זײַן זון דעם בכוֹר װאָס האָט געזאָלט קיניגן אַנשטאָט אים, און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אױף דער מױער. און עס איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן אױף יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אים, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-