Publicidade

2 Reis 13

1 אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז יהוֹאָחָז דער זון פֿון יֵהוּאן געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן, זיבעצן יאָר. 2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען נאָך די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון. 3 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון חַזָאֵל דעם מלך פֿון אַרָם, און אין דער האַנט פֿון בֶן-הַדַד דעם זון פֿון חַזָאֵלן, אַלע טעג.

4 האָט יהוֹאָחָז געבעטן צו ה׳, און ה׳ האָט צוגעהערט צו אים, װאָרעם ער האָט געזען די דריקונג פֿון יִשׂרָאֵל, אַז דער מלך פֿון אַרָם האָט זײ געדריקט – 5 און ה׳ האָט געגעבן יִשׂרָאֵל אַ העלפֿער, און זײ זײַנען אַרױס פֿון אונטער דער האַנט פֿון אַרָם; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געזעסן אין זײערע געצעלטן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. 6 אָבער זײ האָבן זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון דעם הױז פֿון יָרָבֿעָמען, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; זײ זײַנען געגאַנגען דערין; און אױך די אַשֵרָה איז געבליבן שטײן אין שוֹמרוֹן. – 7 װאָרעם ער האָט נישט איבערגעלאָזן יהוֹאָחָזן קײן מאַנשאַפֿט, נאָר בלױז פֿופֿציק רײַטער, און צען רײַטװעגן, און צען טױזנט פֿוסגײער. װײַל דער מלך פֿון אַרָם האָט זײ אומגעבראַכט, און זײ געמאַכט אַזױ װי שטױב צום טרעטן.

8 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹאָחָזן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

9 און יהוֹאָחָז האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שוֹמרוֹן. און זײַן זון יוֹאָש איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

10 אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדה איז יהואש דער זון פֿון יהוֹאָחָזן געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן, זעכצן יאָר. 11 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; ער איז געגאַנגען דערין.

12 און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹאָשן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַמַציָה דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

13 און יוֹאָש האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן; און יָרָבֿעָם האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן. און יוֹאָש איז באַגראָבן געװאָרן אין שוֹמרוֹן לעבן די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

14 און אֶלישע איז קראַנק געװאָרן אױף דער קראַנקשאַפֿט װאָס ער האָט געזאָלט פֿון איר שטאַרבן; און יוֹאָש דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט אַראָפּגענידערט צו אים, און ער האָט געװײנט אױף זײַן פּנים, און האָט געזאָגט: פֿאָטער מײַנער, פֿאָטער מײַנער, רײַטװעגן און רײַטער פֿון יִשׂרָאֵל!

15 האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: ברענג אַ בױגן און פֿײַלן. האָט ער אים געבראַכט אַ בױגן און פֿײַלן. 16 האָט ער געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: לײג אַרױף דײַן האַנט אױפֿן בױגן. האָט ער אַרױפֿגעלײגט זײַן האַנט, און אֶלישע האָט אַרױפֿגעטאָן זײַנע הענט אױף די הענט פֿון מלך. 17 און ער האָט געזאָגט: עפֿן דעם פֿענצטער צו מזרח; האָט ער געעפֿנט. האָט אֶלישע געזאָגט: שיס; און ער האָט געשאָסן. האָט ער געזאָגט: אַ פֿײַל פֿון ישועה פֿון ה׳, און אַ פֿײַל פֿון ישועה אַקעגן אַרָם; און װעסט שלאָגן אַרָם אין אַפֿק ביז צו פֿאַרלענדן.

18 און ער האָט געזאָגט: נעם די פֿײַלן; און ער האָט זײ גענומען. האָט ער געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: שלאָג אָן דער ערד; און ער האָט געשלאָגן דרײַ מאָל און האָט זיך אָפּגעשטעלט.

19 האָט געצערנט אױף אים דער מאַן פֿון ג-ט, און האָט געזאָגט: געזאָלט שלאָגן פֿינף אָדער זעקס מאָל; דענצמאָל װאָלסטו געשלאָגן אַרָם ביז צום פֿאַרלענדן; אָבער אַצונד װעסטו נאָר דרײַ מאָל שלאָגן אַרָם.

20 און אֶלישע איז געשטאָרבן, און מע האָט אים באַגראָבן. און באַנדעס פֿון מוֹאָבֿ פֿלעגן קומען אין לאַנד בײַם אָנקום פֿון יאָר.

21 און עס איז געװען, מע באַגראָבט אַזױ אַ מענטשן, ערשט זײ דערזען אַ באַנדע. האָבן זײ אַרײַנגעװאָרפֿן דעם מאַן אין אֶלישעס קבֿר. און דער מאַן האָט זיך געקײַקלט ביז ער האָט זיך אָנגערירט אָן אֶלישעס בײנער, און איז לעבעדיק געװאָרן, און האָט זיך געשטעלט אױף זײַנע פֿיס.

22 און חַזָאֵל דער מלך פֿון אַרָם האָט געדריקט יִשׂרָאֵל אַלע טעג פֿון יהוֹאָחָזן. 23 אָבער ה׳ האָט זײ געלײַטזעליקט און זיך דערבאַרעמט אױף זײ, און האָט זיך צוגעקערט צו זײ פֿון װעגן זײַן ברית מיט אבֿרהם, יִצחָק, און יעקבֿ, און ער האָט זײ נישט געװאָלט אומברענגען, און האָט זײ נישט אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים ביז אַצונד.

24 און חַזָאֵל דער מלך פֿון אַרָם איז געשטאָרבן. און זײַן זון בֶן-הַדַד איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

25 און יהואש דער זון פֿון יהוֹאָחָזן האָט צוריקגעקערט פֿון דער האַנט פֿון בֶן-הַדַד דעם זון פֿון חַזָאֵלן די שטעט װאָס ער האָט געהאַט צוגענומען פֿון דער האַנט פֿון זײַן פֿאָטער יהוֹאָחָזן אין מלחמה. דרײַ מאָל האָט אים יוֹאָש געשלאָגן, און האָט צוריקגעקערט די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-