1 און נַעֲמָן דער חיל-לידער פֿון דעם מלך פֿון אַרָם איז געװען אַ גרױסער מאַן בײַ זײַן האַר, און אָנגעזען, װאָרעם דורך אים האָט ה׳ געגעבן אַ גרױסע ישועה צו אַרָם. און דער מאַן איז געװען אַ העלדישער גיבור, אָבער אַ מצוֹרע.
2 און די אַרַמים זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין באַנדעס, און האָבן געפֿאַנגען פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל אַ קלײן מײדל; און זי האָט באַדינט נַעֲמָנס װײַב. 3 האָט זי געזאָגט צו איר האַרינטע: הלװאַי איז מײַן האַר בײַ דעם נבֿיא װאָס אין שוֹמרוֹן; ער װאָלט אים דענצמאָל אױסגעהײלט פֿון זײַן צרעת.
4 איז ער געקומען און האָט דערצײלט זײַן האַר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט גערעדט די מײדל װאָס פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל. 5 האָט דער מלך פֿון אַרָם געזאָגט: קום גײ, און איך װעל שיקן אַ בריװ צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. איז ער געגאַנגען און ער האָט גענומען מיט זיך צען צענטנער זילבער, און זעקס טױזנט גאָלדשטיק, און צען גאַנג קלײדער. 6 און ער האָט געבראַכט דעם בריװ צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: און אַצונד, װי דער דאָזיקער בריװ קומט צו דיר, אָט האָב איך דיר געשיקט מײַן קנעכט נַעֲמָנען, זאָלסטו אים אױסהײלן פֿון זײַן צרעת.
7 און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט איבערגעלײענט דעם בריװ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט געזאָגט: בין איך דען האלֹקים צו טײטן און צו מאַכן לעבעדיק, אַז דער דאָזיקער שיקט צו מיר, צו הײלן אַ מענטש פֿון זײַן צרעת? יאָ, מערקט נאָר, איך בעט אײַך, און זעט, אַז אַן אױסרײד ער זוכט אַקעגן מיר.
8 און עס איז געװען, װי אֶלישע דער מאַן פֿון ג-ט האָט געהערט אַז דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט צעריסן זײַנע קלײדער, האָט ער געשיקט צום מלך, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו צעריסן דײַנע קלײדער? זאָל ער אַקאָרשט קומען צו מיר, און ער װעט װיסן אַז עס איז דאָ אַ נבֿיא אין יִשׂרָאֵל.
9 איז נַעֲמָן געקומען מיט זײַנע פֿערד און מיט זײַנע רײַטװעגן, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון אֶלישעס הױז.
10 האָט אֶלישע געשיקט צו אים אַ שליח, אַזױ צו זאָגן: גײ, און זאָלסט זיך באָדן זיבן מאָל אין יַרדן, און דײַן לײַב װעט זיך אומקערן צו דיר, און װעסט װערן רײן.
11 האָט נַעֲמָן געצערנט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט געזאָגט: זע, איך האָב געמײנט, אַרױסגײן װעט ער אַרױסגײן צו מיר, און װעט זיך אַװעקשטעלן און װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט, און פֿאָכן מיט זײַן האַנט אױף דעם אָרט, און אַװעקנעמען די צרעת. 12 זײַנען נישט אַמָנָה און פַּרפַּר, די טײַכן פֿון דַמֶשֶׂק בעסער פֿון אַלע װאַסערן פֿון יִשׂרָאֵל? קען איך זיך נישט באָדן אין זײ, און װערן רײן? און ער האָט זיך אומגעקערט און איז אַװעקגעגאַנגען מיט גרימצאָרן.
13 האָבן זײַנע קנעכט גענענט, און האָבן גערעדט און צו אים געזאָגט: מײַן פֿאָטער, אַז דער נבֿיא װאָלט דיר געהײסן אַ גרױסע זאַך, װאָלסטו דען נישט געטאָן? הײַנט װי אַז ער זאָגט דיר נאָר: באָד זיך, און װער רײן?
14 האָט ער אַראָפּגענידערט און זיך געטוֹבֿלט אין יַרדן זיבן מאָל, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט, און זײַן לײַב האָט זיך אומגעקערט אַזױ װי דער לײַב פֿון אַ קלײן ייִנגל, און ער איז געװאָרן רײן.
15 האָט ער זיך אומגעקערט צום מאַן פֿון ג-ט, ער מיט זײַן גאַנצער מחנה, און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: אָט אַצונד װײס איך אַז נישטאָ קײן ג-ט אױף דער גאַנצער ערד נאָר בלױז אין יִשׂרָאֵל. און אַצונד, נעם אָן, איך בעט דיך, אַ מתּנה פֿון דײַן קנעכט. 16 האָט ער געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב איך װעל נעמען! און ער איז צוגעשטאַנען צו אים צו נעמען, אָבער ער האָט נישט געװאָלט. 17 האָט נַעֲמָן געזאָגט: אױב דאָס נישט, זאָל, איך בעט דיך, געגעבן װערן דײַן קנעכט ערד, די משׂא פֿון צװײ מױלאײזלען; װאָרעם דײַן קנעכט װעט מער נישט מאַכן בראַנדאָפּפֿער אָדער שלאַכטאָפּפֿער צו אַנדערע ג‑טער נאָר בלױז צו ה׳. 18 פֿאַר דער דאָזיקער זאַך זאָל ה׳ פֿאַרגעבן דײַן קנעכט: װען מײַן האַר קומט אין הױז פֿון רִמוֹן זיך דאָרטן צו בוקן, און ער איז אָנגעלענט אױף מײַן האַנט, און איך װעל זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, װען איך מוז זיך בוקן אין הױז פֿון רִמוֹן, זאָל ה׳ פֿאַרגעבן דײַן קנעכט אין דער דאָזיקער זאַך. 19 האָט ער צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים אַ שטרעק לאַנד.
20 און גֵיחזי, דער יונג פֿון אֶלישע דעם מאַן פֿון ג-ט, האָט געזאָגט: אָט האָט מײַן האַר אָפּגעזאָגט דעם דאָזיקן נַעֲמָן דעם אַרַמי, אָנצונעמען פֿון זײַן האַנט דאָס װאָס ער האָט געבראַכט. אַזױ װי ה׳ לעבט, אַז איך מוז אים נאָכלױפֿן, און נעמען פֿון אים עפּעס!
21 און גֵיחזי האָט נאָכגעיאָגט נַעֲמָנען; און װי נַעֲמָן האָט געזען עמיצן לױפֿן נאָך אים, אַזױ איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון רײַטװאָגן אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: איז פֿריד? 22 האָט ער געזאָגט: פֿריד. מײַן האַר האָט מיך געשיקט אַזױ צו זאָגן: אָט אַקאָרשט אַצונד זײַנען געקומען צו מיר צװײ יונגעלײַט פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, פֿון די יונגע נבֿיאים. גיב פֿאַר זײ, איך בעט דיך, אַ צענטנער זילבער און צװײ גאַנג קלײדער. 23 האָט נַעֲמָן געזאָגט: באַװיליק, נעם צװײ צענטנער. און ער איז צוגעשטאַנען צו אים, און האָט אײַנגעבונדן צװײ צענטנער זילבער אין צװײ זעקלעך, און צװײ גאַנג קלײדער, און געגעבן צו צװײ פֿון זײַנע יונגען, און זײ האָבן עס געטראָגן אים פֿאַרױס. 24 און װי ער איז געקומען צום בערגל, אַזױ האָט ער עס צוגענומען פֿון זײער האַנט, און באַהאַלטן אין הױז; און ער האָט אַװעקגעשיקט די מענטשן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען.
25 און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר זײַן האַר. האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען, גֵיחזי? האָט ער געזאָגט: דײַן קנעכט איז אין ערגעץ נישט געגאַנגען. 26 האָט ער צו אים געזאָגט: איז נישט מײַן האַרץ מיטגעגאַנגען װען אַ מאַן האָט זיך אומגעדרײט פֿון זײַן רײַטװאָגן דיר אַנטקעגן? איז דאָס אַ צײַט צו נעמען זילבער, און נעמען קלײדער, אָדער אײלבערטגערטנער און װײַנגערטנער, אָדער שאָף און רינדער, אָדער קנעכט און דינסטן? 27 דערום זאָל נַעֲמָנס צרעת זיך באַהעפֿטן אָן דיר און אָן דײַן זאָמען אױף אײביק. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים מצוֹרע װי שנײ.