Publicidade

Lamentações 4

1 װי איז פֿאַרטונקלט דאָס גאָלד,

פֿאַרביטן דאָס טײַערע פֿײַנגאָלד;

די הײליקע שטײנער צעשאָטן אין אַלע עק גאַסן!

2 די טײַערע קינדער פֿון צִיוֹן,

מיט גינגאָלד געװױגן –

װי זײַנען זײ גערעכנט פֿאַר לײמענע קריג,

געמאַכט פֿון אַ טעפּערס הענט!

3 אַפֿילו שאַקאַלן ציען אױס די ברוסט,

גיבן זױגן זײערע יונגע,

די טאָכטער מײַן פֿאָלק איז אַן אַכזר געװאָרן,

אַזױ װי שטרױספֿױגלען אין דער מדבר.

4 די צונג פֿון דעם זױגעדיקן איז צוגעקלעפּט

צו זײַן גומען פֿון דאָרשטיקײט;

קלײנע קינדער בעטן ברױט,

און קײנער ברעכט זײ נישט אָפּ.

5 די װאָס פֿלעגן עסן טײַערע שפּײַזן,

זײַנען װיסט אין די גאַסן;

די דערצױגענע אין װערמילרױט

טוליען זיך צו מיסטהױפֿנס.

6 װאָרעם די זינד פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק

איז גרעסער װי דער חטא פֿון סדוֹם,

װאָס איז איבערגעקערט געװאָרן װי אין אַ רגע,

און קײן הענט זענען נישט געפֿאַלן אױף איר.

7 אירע פֿירשטן זײַנען געװען לױטערער פֿון שנײ,

װײַסער פֿון מילך,

גערױטלטער אױפֿן לײַב פֿון קאַרעלן;

סאַפּירשטײן זײער געשטאַלט.

8 פֿינצטערער פֿון קױל איז זײער אױסזען,

זײ זײַנען נישט צו דערקענען אױף דער גאַס;

זײער הױט איז צוגעקלעפּט צו זײערע בײנער,

אײַנגעדאַרט װי האָלץ איז זי געװאָרן.

9 בעסער איז די דערשלאָגענע פֿון שװערד,

װי די דערשלאָגענע פֿון הונגער,

װאָס זײ גײען אױס דורכגענומענע,

אָן אַ פֿרוכט פֿון פֿעלד.

10 די הענט פֿון דערבאַרעמדיקע מוטערס

האָבן געקאָכט זײערע קינדער;

זײ זײַנען זײ צום שפּײַז געװען,

אין דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.

11 ה׳ האָט אױסגעלאָזט זײַן כּעס,

אױסגעגאָסן זײַן גרימצאָרן;

און ער האָט אָנגעצונדן אַ פֿײַער אין צִיוֹן,

און עס האָט פֿאַרצערט אירע גרונטפֿעסטן.

12 נישט געגלױבט האָבן די מלכים פֿון דער ערד,

און אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,

אַז אַ דריקער און אַ שׂונא װעט קומען

אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם;

13 פֿון װעגן די זינד פֿון אירע נבֿיאים,

די פֿאַרברעכן פֿון אירע כּהנים,

װאָס האָבן בלוט פֿון גערעכטע

פֿאַרגאָסן אין איר.

14 זײ װאָגלען װי בלינדע אין די גאַסן,

זײ זײַנען אײַנגעריכט אין בלוט,

ביז מע קען זיך נישט אָנרירן אָן די קלײדער זײערע.

15 קערט אײַך אָפּ! טמא!

רופֿט מען צו זײ,

קערט אײַך אָפּ! קערט אײַך אָפּ! איר זאָלט זיך נישט אָנרירן!

בעת זײ פֿליען און װאָגלען; מע זאָגט צװישן די פֿעלקער:

זײ טאָרן זיך מער נישט אױפֿהאַלטן.

16 דער צאָרן פֿון ה׳ האָט זײ צעטײלט,

ער װיל זײ מער נישט אָנקוקן;

כּהנים האָט מען נישט געשױנט,

זקנים האָט מען נישט געלײַטזעליקט.

17 אונדזערע אױגן גײען נאָך אַלץ אױס

נאָך אונדזער נישטיקער הילף;

אין אונדזער אױסקוק האָבן מיר אױסגעקוקט

אױף אַ פֿאָלק װאָס קען נישט העלפֿן.

18 מע שפּירט נאָך אונדזערע טריט,

אַז מיר קענען נישט גײן אױף אונדזערע גאַסן;

נאָנט איז אונדזער סוף, פֿול זײַנען אונדזערע טעג;

יאָ, געקומען איז אונדזער סוף.

19 פֿלינקער זײַנען אונדזערע נאָכיאָגער

װי די אָדלערס פֿון הימל;

אױף די בערג האָבן זײ אונדז געיאָגט,

אין מדבר האָבן זײ געלױערט אױף אונדז.

20 דער אָטעם פֿון אונדזער נאָז, דער געזאַלבטער פֿון ה׳,

איז געפֿאַנגען געװאָרן אין זײערע גריבער;

דער, װאָס מיר האָבן געזאָגט: אין זײַן שאָטן

װעלן מיר לעבן צװישן די פֿעלקער.

21 קװעל אָן און פֿרײ זיך, טאָכטער אֶדוֹם,

דו װאָס װױנסט אין לאַנד עוץ;

צו דיר אױך װעט אַריבער דער כָּוס,

װעסט שיכּור װערן, און זיך אָפּדעקן.

22 געענדיקט איז דײַן זינד, טאָכטער צִיוֹן,

ער װעט דיך מער נישט פֿאַרטרײַבן;

ער װעט דערמאָנען דײַן פֿאַרברעך, טאָכטער אֶדוֹם,

ער װעט אַנטפּלעקן דײַנע זינד.

Veja também

Publicidade
Lamentações
Ver todos os capítulos de Lamentações
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-