Publicidade

Deuteronômio 10

1 אין יענער צײַט האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: האַק דיר אױס צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג; און זאָלסט דיר מאַכן אַ הילצערנעם אָרון. 2 און איך װעל אױפֿשרײַבן אױף די לוחות די װערטער װאָס זײַנען געװען אױף די ערשטע לוחות װאָס דו האָסט צעבראָכן; און װעסט זײ אַרײַנטאָן אין דעם אָרון. 3 האָב איך געמאַכט אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; און איך האָב אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג מיט די צװײ לוחות אין מײַן האַנט. 4 און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות אַזױ װי דאָס פֿריִערדיקע געשריפֿטס: די צען געבאָט װאָס ה׳ האָט צו אײַך גערעדט אױפֿן באַרג פֿון מיטן פֿײַער, אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג; און ה׳ האָט זײ מיר געגעבן. 5 און איך האָב זיך אומגעקערט און האָב אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און איך האָב אַרײַנגעטאָן די לוחות אין דעם אָרון װאָס איך האָב געמאַכט, און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן, אַזױ װי ה׳ האָט מיר באַפֿױלן. – 6 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן פֿון באֵרוֹת-בנֵי-יַעֲקָן קײן מוֹסֵרָה. דאָרטן איז אַהרֹן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן; און זײַן זון אֶלעָזָר איז געװאָרן כּהן אױף זײַן אָרט. 7 פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן קײן גודגוֹדה, און פֿון גודגוֹדה קײן יָטבֿה, אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער. – 8 אין יענער צײַט האָט ה׳ אָפּגעשײדט דעם שבֿט לֵוִי צו טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, צו שטײן פֿאַר ה׳, אין צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען, ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 9 דערום האָט דער לֵוִי נישט געקריגן קײן חלק און קײן נחלה מיט זײַנע ברידער; ה׳ איז זײַן נחלה, אַזױ װי ה׳ דײַן ג-ט האָט אים צוגעזאָגט. – 10 און איך בין געבליבן אױפֿן באַרג אַזױ װי די פֿריִערדיקע טעג, פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, און ה׳ האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר; ה׳ האָט נישט געװאָלט דיך אומברענגען. 11 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ, צו ציען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, כּדי זײ זאָלן קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן.

12 און אַצונד, יִשׂרָאֵל, װאָס פֿאַרלאַנגט ה׳ דײַן ג-ט פֿון דיר? נאָר בלױז מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און אים ליב צו האָבן, און צו דינען ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל; 13 צו היטן די געבאָט פֿון ה׳ און זײַנע געזעצן, װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט פֿון דײַן טוֹבֿה װעגן.

14 זע, צו ה׳ דײַן ג-ט געהערן די הימלען, און די הימלען פֿון די הימלען, און די ערד און אַלץ װאָס אױף איר. 15 נאָר צו דײַנע עלטערן האָט ה׳ געגלוסט, זײ ליב צו האָבן, און ער האָט אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ – אײַך – פֿון אַלע פֿעלקער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 16 דערום זאָלט איר באַשנײַדן די פֿאָרהױט פֿון אײַער האַרצן, און אײַער נאַקן זאָלט איר מער נישט האַרט מאַכן.

17 װאָרעם ה׳ אלוקיכם, ער איז אלוקי ג‑טער, און דער האַר פֿון האַרן, דער גרױסער אֵל, דער שטאַרקער, און דער פֿאָרכטיקער, װאָס שױנט נישט קײן פּנים, און נעמט נישט קײן שוחד.

18 ער טוט גערעכטיקײט דעם יתום און דער אַלמנה, און האָט ליב דעם פֿרעמדן, אים צו געבן ברױט און אַ קלײד. 19 און איר זאָלט ליב האָבן דעם פֿרעמדן, װאָרעם פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם. 20 פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו מורא האָבן, אים זאָלסטו דינען, און אָן אים זאָלסטו זיך באַהעפֿטן, און בײַ זײַן נאָמען זאָלסטו שװערן. 21 ער איז דײַן לױב, און ער איז דײַן ג-ט, װאָס האָט מיט דיר געטאָן די דאָזיקע גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן, װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען. 22 מיט זיבעציק נפֿשות האָבן דײַנע עלטערן גענידערט קײן מִצרַיִם, און אַצונד האָט ה׳ דײַן ג-ט דיך געמאַכט אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-