1 און עס װעט זײַן, אַז עס װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע זאַכן, די ברכה און די קללה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר דיר, און װעסט דיר נעמען צום האַרצן, צװישן די אַלע פֿעלקער װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אַהין פֿאַרשטױסן, 2 און װעסט זיך אומקערן צו ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט צוהערן צו זײַן קֹול, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, דו און דײַנע קינדער, מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, 3 װעט ה׳ דײַן ג-ט אומקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט, און ער װעט דיך דערבאַרעמען, און װעט צוריק דיך אײַנזאַמלען פֿון אַלע אומות װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אַהין צעשפּרײט. 4 אַז דײַנע פֿאַרשטױסענע זאָלן זײַן אין עק הימל, װעט דיך ה׳ דײַן ג-ט פֿון דאָרטן אײַנזאַמלען, און װעט פֿון דאָרטן דיך נעמען. 5 און ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דײַנע עלטערן האָבן געאַרבט, און װעסט עס אַרבן, און ער װעט דיך באַגיטיקן, און דיך מערן מאַכן פֿון דײַנע עלטערן. 6 און ה׳ דײַן ג-ט װעט באַשנײַדן דײַן האַרץ, און דאָס האַרץ פֿון דײַנע קינדער, ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, כּדי זאָלסט לעבן. 7 און ה׳ דײַן ג-ט װעט געבן אַלע די דאָזיקע קללות אױף דײַנע פֿײַנט, און אױף דײַנע שָׂונאים װאָס האָבן דיך געיאָגט. 8 און דו װעסט זיך אומקערן, און צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳, און טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט. 9 און ה׳ דײַן ג-ט װעט דיר געבן אַ שֶפֿע אין יעטװעדער טוּונג פֿון דײַן האַנט, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד צום גוטן; װאָרעם ג-ט װעט זיך װידער פֿרײען מיט דיר צום גוטן, אַזױ װי ער האָט זיך געפֿרײט מיט דײַנע עלטערן; 10 אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּורה; אַז דו װעסט זיך אומקערן צו ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל. 11 װאָרעם דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, דאָס איז נישט פֿאַרהױלן פֿון דיר, און דאָס איז נישט צו װײַט.
12 נישט אױפֿן הימל איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַרױפֿגײן אױפֿן הימל און עס נעמען פֿאַר אונדז, און עס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן? 13 און נישט פֿון יענער זײַט ים איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַריבערגײן אױף יענער זײַט ים, און עס נעמען פֿאַר אונדז, און דאָס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן? 14 נײַערט זײער נאָנט איז דאָס װאָרט צו דיר, אין דײַן מױל, און אין דײַן האַרצן, עס צו טאָן.
15 זע, איך האָב הײַנט געלײגט פֿאַר דיר לעבן און גוטס, און טױט און שלעכטס, 16 װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן, און ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן. 17 אָבער אַז דײַן האַרץ װעט זיך אָפּקערן, און װעסט נישט צוהערן, און װעסט אַראָפּגעפֿירט װערן, און װעסט זיך בוקן צו פֿרעמדע ג‑טער, און זײ דינען, 18 זאָג איך אײַך הײַנט אָן, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן; איר װעט נישט מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס דו גײסט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַהין, זי צו אַרבן. 19 איך מאַך הײַנט עדות אַקעגן אײַך הימל און ערד: לעבן און טױט האָב איך געלײגט פֿאַר אײַך, אַ ברכה און אַ קללה, דערום זאָלסטו אױסװײלן דאָס לעבן, כּדי זאָלסט לעבן, דו און דײַן זאָמען;
20 ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, צוצוהערן צו זײַן קֹול, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, װאָרעם דאָס איז דײַן לעבן און דײַן אורך-ימים; כּדי צו זיצן אױף דער ערד װאָס ג-ט האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, זײ צו געבן.