1 אַל דאָס געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, זאָלט איר היטן צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און זיך מערן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט צוגעשװאָרן אײַערע עלטערן. 2 און זאָלסט געדענקען דעם גאַנצן װעג װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געפֿירט זינט פֿערציק יאָר דורכן מדבר, כּדי דיך צו פּײַניקן, דיך צו פּרוּװן, צו װיסן װאָס בײַ דיר אין האַרצן, אױב דו װעסט היטן זײַנע געבאָט אָדער נישט. 3 און ער האָט דיך געפּײַניקט, און דיך אױסגעהונגערט, און דיך געשפּײַזט מיט מַן, װאָס נישט דו האָסט דערפֿון געװוּסט, נישט דײַנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן װיסן אַז נישט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש, נאָר אױף אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון ה׳ס מױל לעבט דער מענטש. 4 דײַן קלײד איז נישט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דיר, און דײַן פֿוס איז נישט אױפֿגעלאָפֿן, דורך די פֿערציק יאָר. 5 דערום זאָלסטו װיסן אין דײַן האַרצן, אַז אַזױ װי אַ מאַן שטראָפֿט זײַן קינד, שטראָפֿט דיך ה׳ דײַן ג-ט. 6 און זאָלסט היטן די געבאָט פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און מורא צו האָבן פֿאַר אים. 7 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד, אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער, קװאַלן, און טיפֿענישן, װאָס גײען אַרױס אױף באַרג און טאָל; 8 אַ לאַנד פֿון װײץ, און גערשט, און װײַנשטאָקן, און פֿײַגן, און מילגרױמען; אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק; 9 אַ לאַנד װאָס נישט אין אָרימקײט װעסטו דרינען עסן ברױט, װאָס דיר װעט גאָרנישט פֿעלן דרינען; אַ לאַנד װאָס אירע שטײנער זײַנען אײַזן, און פֿון אירע בערג װעסטו האַקן קופּער. 10 און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט לױבן ה׳ דײַן ג-ט, פֿאַר דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט דיר געגעבן. 11 היט דיך, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט, נישט צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט. 12 טאָמער, אַז דו װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט בױען שײנע הײַזער, און באַװױנען; 13 און דײַנע רינדער און דײַנע שאָף װעלן זיך מערן, און זילבער און גאָלד װעט זיך בײַ דיר מערן, און אַלץ װאָס דו האָסט װעט זיך מערן; 14 װעט זיך דערהײבן דײַן האַרץ, און װעסט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; 15 װאָס האָט דיך געפֿירט דורך דעם גרױסן און מוראדיקן מדבר, דורך פֿײַערדיקע שלאַנגען און שקאָרפּיאָנען, און אַ דאָרשטעניש װאָס אָן װאַסער; װאָס האָט דיר אַרױסגעצױגן װאַסער פֿון קיזלשטײן; 16 װאָס האָט דיך געשפּײַזט אין דער מדבר מיט מַן, װאָס דײַנע עלטערן האָבן דערפֿון נישט געװוּסט; כּדי דיך צו פּײַניקן, און כּדי דיך צו פּרוּװן, דיך צו באַגיטיקן אין דײַן לעצט; 17 און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: מײַן כּוֹח און די מאַכט פֿון מײַן האַנט האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם דאָזיקן פֿאַרמעג; 18 זאָלסטו געדענקען ה׳ דײַן ג-ט, װאָרעם ער איז דער װאָס גיט דיר כּוֹח אָנצושאַפֿן פֿאַרמעג, כּדי מקײם צו זײַן זײַן ברית װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.
19 און עס װעט זײַן, אױב פֿאַרגעסן װעסטו פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, און זײ דינען, און זיך בוקן צו זײ, װאָרן איך אײַך הײַנט, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן.
20 אַזױ װי די פֿעלקער װאָס ג-ט מאַכט אונטערגײן פֿון פֿאַר אײַך, אַזױ װעט איר אונטערגײן, דערפֿאַר װאָס איר האָט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם.