Publicidade

Deuteronômio 5

1 און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: הער, יִשׂרָאֵל, די חוקים און די געזעצן װאָס איך רעד הײַנט אין דײַנע אױערן, און איר זאָלט זײ לערנען, און היטן זײ צו טאָן. 2 ה׳ אלוקינו האָט געשלאָסן אַ ברית מיט אונדז אין חוֹרֵבֿ. 3 נישט מיט אונדזערע עלטערן האָט ה׳ געשלאָסן דעם דאָזיקן ברית, נײַערט מיט אונדז, מיר, אָט די װאָס זײַנען דאָ הײַנט אַלע לעבעדיקע. 4 פּנים אֶל פּנים האָט ה׳ גערעדט מיט אײַך אױפֿן באַרג, פֿון מיטן פֿײַער. 5 איך בין געשטאַנען צװישן ה׳ און צװישן אײַך אין יענער שעה, אײַך איבערצוגעבן דאָס װאָרט פֿון ה׳ – װאָרעם איר האָט מורא געהאַט פֿאַרן פֿײַער, און איר זײַט נישט אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג – אַזױ צו זאָגן:

6 איך בין ה׳ דײַן ג-ט, װאָס האָב דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.

7 זאָלסט נישט האָבן אַנדערע ג‑טער פֿאַר מײַן פּנים. 8 זאָלסט דיר נישט מאַכן אַ געשניץ, אַ שום געשטאַלט, פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 9 זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען, װאָרעם איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא, װאָס רעכן זיך פֿאַר דער זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, און מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט, 10 און טו חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.

11 זאָלסט נישט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט צום פֿאַלשן, װאָרעם ה׳ שענקט נישט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.

12 היט דעם טאָג פֿון שבת אים צו האַלטן הײליק, אַזױ װי ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר באַפֿױלן. 13 זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות; 14 אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו נישט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן אָקס, און דײַן אײזל, און אַלע דײַנע בהמות, און דער פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן; כּדי דײַן קנעכט און דײַן דינסט זאָלן רוען אַזױ װי דו. 15 און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; דערום האָט ה׳ דײַן ג-ט דיר באַפֿױלן צו מאַכן דעם טאָג פֿון שבת.

16 האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, אַזױ װי ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר באַפֿױלן, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן, און כּדי דיר זאָל גוט זײַן, אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.

17 זאָלסט נישט הרגען.

און זאָלסט נישט מזנה זײַן.

און זאָלסט נישט גנבֿען.

און זאָלסט נישט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.

18 און זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, און זאָלסט נישט באַגערן דײַן חבֿרס הױז, זײַן פֿעלד, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.

19 די דאָזיקע װערטער האָט ה׳ גערעדט צו אײַער גאַנצער אײַנזאַמלונג אױפֿן באַרג, פֿון מיטן פֿײַער, װאָלקן, און נעבל, אױף אַ הױכן קֹול – און נישט מער; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות, און האָט זײ מיר געגעבן. 20 און עס איז געװען, װי איר האָט געהערט דעם קֹול פֿון מיטן דער פֿינצטערניש, און דער באַרג האָט געברענט אין פֿײַער, אַזױ האָט איר גענענט צו מיר, אַלע הױפּטלײַט פֿון אײַערע שבֿטים, און אײַערע עלטסטע, 21 און איר האָט צו מיר געזאָגט: זע, ה׳ אלוקינו האָט אונדז באַװיזן זײַן פּראַכט און זײַן גרױסקײט, און מיר האָבן געהערט זײַן קֹול פֿון מיטן פֿײַער. הײַנטיקן טאָג האָבן מיר געזען, װי ג-ט רעדט מיט אַ מענטשן און ער בלײַבט לעבן. 22 און אַצונד, נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן? װאָרעם דאָס דאָזיקע גרױסע פֿײַער װעט אונדז פֿאַרצערן; אױב מיר הערן נאָך װײַטער דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו, װעלן מיר שטאַרבן. 23 װאָרעם װאָסער גאָר באַשעפֿעניש איז דאָ, װאָס האָט געהערט דעם קֹול פֿון אלֹקים חַיִּים רעדן פֿון מיטן פֿײַער, אַזױ װי מיר, און איז געבליבן לעבן?

24 גענען דו, און הער אַלץ װאָס ה׳ אלוקינו װעט זאָגן, און דו װעסט רעדן צו אונדז אַלץ װאָס ה׳ אלוקינו װעט רעדן צו דיר, און מיר װעלן הערן און טאָן.

25 און ה׳ האָט צוגעהערט דעם קֹול פֿון אײַערע װערטער, װען איר האָט גערעדט צו מיר, און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דעם קֹול פֿון די װערטער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס זײ האָבן צו דיר גערעדט; גוט איז אַלץ װאָס זײ האָבן גערעדט. 26 הלװאַי זאָל בײַ זײ זײַן דאָס דאָזיקע האַרץ זײערס אַלע טעג, מורא צו האָבן פֿאַר מיר, און צו היטן אַלע מײַנע געבאָט, כּדי עס זאָל גוט זײַן זײ און זײערע קינדער אױף אײביק. 27 גײ זאָג צו זײ: קערט אײַך אום צו אײַערע געצעלטן. 28 און דו שטײ דאָ מיט מיר, און איך װעל דיר זאָגן אַל דאָס געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו זאָלסט זײ לערנען, אַז זײ זאָלן טאָן אין דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ, עס צו אַרבן. 29 און איר זאָלט היטן צו טאָן אַזױ װי ה׳ אלוקיכם האָט אײַך באַפֿױלן, איר זאָלט אײַך נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס. 30 אױף אַל דעם װעג װאָס ה׳ אלוקיכם האָט אײַך באַפֿױלן, זאָלט איר גײן, כּדי איר זאָלט לעבן, און אײַך זאָל גוט זײַן, און איר זאָלט מַאֲריך-ימים זײַן אין דעם לאַנד װאָס איר װעט אַרבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-