1 און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט, און האָבן געצױגן צום מדבר, אױפֿן װעג פֿון ים-סוףֿ, אַזױ װי ה׳ האָט צו מיר גערעדט; און מיר האָבן זיך אַרומגעדרײט אַרום באַרג שֵׂעִיר פֿיל טעג.
2 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: 3 גענוג אײַך אַרומגײן דעם דאָזיקן באַרג; פֿאַרקערט אײַך קײן צפֿון. 4 און דעם פֿאָלק באַפֿעל, אַזױ צו זאָגן: איר גײטדורך דורך דעם געמאַרק פֿון אײַערע ברידער, די קינדער פֿון עֵשָׂו, װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, און זײ װעלן מורא האָבן פֿאַר אײַך; זאָלט איר זײַן זײער אָפּגעהיט. 5 איר זאָלט זיך נישט אָנהײבן מיט זײ, װאָרעם נישט צו מאָל אַ שפּאַן פֿון אַ פֿוסטריט װעל איך אײַך געבן פֿון זײער לאַנד, װײַל אַ ירושה צו עֵשָׂו האָב איך געגעבן דעם באַרג שֵׂעִיר. 6 עסנװאַרג זאָלט איר פֿון זײ פֿאַר געלט אײַנהאַנדלען און עסן, און אַפֿילו װאַסער זאָלט איר פֿון זײ פֿאַר געלט קױפֿן און טרינקען. 7 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געבענטשט אין יעטװעדער טוּונג פֿון דײַן האַנט; ער האָט געװוּסט דײַן גײן דורך דעם דאָזיקן גרױסן מדבר; שױן פֿערציק יאָר איז ה׳ דײַן ג-ט מיט דיר; קײן זאַך האָט דיר נישט געפֿעלט. 8 און מיר זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדזערע ברידער, די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, פֿון דעם װעג פֿון פּלױן, פֿון אֵילַת, און פֿון עֶציוֹן-גֶבֶֿר.
און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט און זײַנען אַװעקגעגאַנגען אױף דעם װעג פֿון דעם מדבר פֿון מוֹאָבֿ. 9 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט פֿײַנטן מוֹאָבֿ, און נישט פֿאַרפֿירן מיט זײ אַ מלחמה, װאָרעם איך װעל דיר פֿון זײַן לאַנד נישט געבן קײן אַרב, װײַל צו די קינדער פֿון לוֹט האָב איך געגעבן עָר אַ ירושה. – 10 פֿריער זײַנען דאָרטן געזעסן די אֵימים, אַ פֿאָלק גרױס און פֿיל, און הױך װי די עַנָקים; 11 זײ אױך זײַנען גערעכנט געװאָרן פֿאַר רפֿאים, אַזױ װי די עַנָקים, אָבער די מוֹאָבֿים האָבן זײ גערופֿן אֵימים. 12 און אין שֵׂעִיר זײַנען פֿריער געזעסן די חוֹרים, אָבער די קינדער פֿון עֵשָׂו האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זיך, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט, אַזױ װי יִשׂרָאֵל האָט געטאָן צום לאַנד פֿון זײַן אַרב, װאָס ה׳ האָט זײ געגעבן. 13 – אַצונד שטײט אױף, און גײט אײַך אַריבער דעם טײַך זֶרֶד.
און מיר זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם טײַך זֶרֶד. 14 און די טעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען פֿון קָדֵש-ברנֵעַ ביז װאַנען מיר זײַנען אַריבער דעם טײַך זֶרֶד, זײַנען געװען אַכט און דרײַסיק יאָר; ביז דער גאַנצער דור, די קריגסלײַט, זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון צװישן דעם לאַגער, אַזױ װי ה׳ האָט זײ געשװאָרן. 15 און אױך איז די האַנט פֿון ה׳ געװען אױף זײ, זײ אומצוברענגען פֿון צװישן דעם לאַגער, ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן.
16 און עס איז געװען, אַז אַלע קריגסלײַט זײַנען אין גאַנצן אױסגעשטאָרבן פֿון צװישן דעם פֿאָלק, 17 האָט ה׳ גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18 דו גײסט הײַנט אַריבער דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ, עָר, 19 און װעסט גענענען אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן, זאָלסט זײ נישט פֿײַנטן, און זיך מיט זײ נישט אָנהײבן, װאָרעם איך װעל דיר פֿון דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן נישט געבן קײן אַרב, װײַל צו די קינדער פֿון לוֹט האָב איך עס געגעבן אַ ירושה. – 20 דאָס אױך װערט גערעכנט פֿאַרן לאַנד פֿון די רפֿאים; די רפֿאים זײַנען דרינען געזעסן פֿריער, און די עַמוֹנים האָבן זײ גערופֿן זַמזומים; 21 אַ פֿאָלק גרױס און פֿיל, און הױך װי די עַנָקים; אָבער ה׳ האָט זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ, און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט; 22 אַזױ װי ער האָט געטאָן פֿאַר די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, װאָס ער האָט פֿאַרטיליקט די חוֹרים פֿון פֿאַר זײ, און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 23 און די עַוִים װאָס זײַנען געזעסן אין דערפֿער ביז עַזָה, זײ האָבן די כַּפֿתּוֹרים װאָס קומען אַרױס פֿון כַּפֿתּוֹר, פֿאַרטיליקט, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט. – 24 שטײט אױף, ציט אַװעק, און גײט אַריבער דעם טאָל אַרנוֹן. זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט סיחון דעם אֶמוֹרי, דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און זײַן לאַנד; הײב אָן אײַנצונעמען, און פֿאַרפֿיר מיט אים אַ מלחמה. 25 הײַנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן װאַרפֿן דײַן שרעק און דײַן מורא אױף די פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל, אַז װען זײ װעלן הערן דײַן הערונג, װעלן זײ ציטערן און פֿלאַטערן פֿאַר דיר.
26 און איך האָב געשיקט שלוחים פֿון מדבר קדֵמוֹת צו סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן – װערטער פֿון שלום, אַזױ צו זאָגן: 27 לאָמיך דורכגײן דורך דײַן לאַנד; אױפֿן װעג, אױפֿן װעג װעל איך גײן; איך װעל זיך נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס. 28 עסנװאַרג װעסטו מיר פֿאַר געלט פֿאַרקױפֿן, און איך װעל עסן, און װאַסער װעסטו מיר פֿאַר געלט געבן, און איך װעל טרינקען; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס; 29 אַזױ װי עס האָבן מיט מיר געטאָן די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, און די מוֹאָבֿים װאָס זיצן אין עָר; ביז װאַנען איך װעל אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס ה׳ אלוקינו גיט אונדז. 30 אָבער סיחון דער מלך פֿון חֶשבוֹן האָט אונדז נישט געװאָלט דורכלאָזן דורך אים, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט האָט האַרט געמאַכט זײַן געמיט, און פֿעסט געמאַכט זײַן האַרץ, כּדי אים צו געבן אין דײַן האַנט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 31 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: זע, איך האָב אָנגעהױבן איבערגעבן צו דיר סיחונען און זײַן לאַנד; הײב אָן אײַנצונעמען כּדי צו אַרבן זײַן לאַנד. 32 איז סיחון אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אונדז, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן יַהַץ. 33 און ה׳ אלוקינו האָט אים איבערגעגעבן צו אונדז, און מיר האָבן געשלאָגן אים, און זײַנע זין, און זײַן גאַנץ פֿאָלק. 34 און מיר האָבן אין יענער צײַט באַצװוּנגען זײַנע שטעט, און פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט, מענער און װײַבער און קלײנע קינדער; מיר האָבן נישט געלאָזט אַן איבערבלײַב. 35 נאָר די בהמות האָבן מיר גערױבט פֿאַר זיך, און דעם זאַקרױב פֿון די שטעט װאָס מיר האָבן באַצװוּנגען. 36 פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און דער שטאָט װאָס אין טאָל, און ביז גִלעָד, איז נישט געװען אַ שטאָט װאָס איז געװען שטאַרקער פֿון אונדז; אַלץ האָט ה׳ אלוקינו איבערגעגעבן צו אונדז. 37 נאָר צו דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן האָסטו נישט גענענט: צו דעם גאַנצן ברעג פֿון טײַך יַבוֹק, און די שטעט פֿון באַרג, און אומעטום װוּ ה׳ אלוקינו האָט פֿאַרװערט.