1 און נאָך אַבֿימֶלֶכן איז אױפֿגעשטאַנען צו העלפֿן יִשׂרָאֵל תּוֹלָע דער זון פֿון פּואה דעם זון פֿון דוֹדוֹן, אַ מאַן פֿון יִשׂשָׂכָר; און ער איז געזעסן אין שָמיר אין דעם געבערג פֿון אפֿרים. 2 און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל דרײַ און צװאַנציק יאָר. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שָמיר.
3 און נאָך אים איז אױפֿגעשטאַנען יָאיר דער גִלעָדער; און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל צװײ און צװאַנציק יאָר. 4 און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין װאָס זײַנען געריטן אױף דרײַסיק יונגע אײזלען, און זײ האָבן געהאַט דרײַסיק שטעט; מע רופֿט זײ חַווֹת-יָאיר ביז אױף הײַנטיקן טאָג; די װאָס אין לאַנד גִלעָד. 5 און יָאיר איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין קמון.
6 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און זײ האָבן געדינט די בַעַל ג‑טער, און די עַשְׁתֹּרות, און די ג‑טער פֿון אַרָם, און די ג‑טער פֿון צידון, און די ג‑טער פֿון מוֹאָבֿ, און די ג‑טער פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און די ג‑טער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, און האָבן אים נישט געדינט. 7 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 8 און זײ האָבן געפּלאָגט און געדריקט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין יענעם יאָר; אַכצן יאָר, אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, אין לאַנד פֿון אֶמוֹרי װאָס אין גִלעָד. 9 און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן מלחמה צו האַלטן אױך אױף יהוּדה, און אױף בנימין, און אױפֿן הױז פֿון אפֿרים, און יִשׂרָאֵלן האָט זײער צוגעדריקט. 10 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן געזינדיקט צו דיר, װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן אלוקינו און געדינט די בַעַל ג‑טער. 11 האָט ה׳ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: האָב איך אײַך נישט פֿון מִצרַיִם, און פֿון אֶמוֹרי, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים? 12 אױך די צידוֹנים, און עַמָלֵק, און מָעוֹן, האָבן אײַך געדריקט, און איר האָט געשריען צו מיר, און איך האָב אײַך געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט. 13 אָבער איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און איר האָט געדינט פֿרעמדע ג‑טער. דערום װעל איך אײַך מער נישט העלפֿן. 14 גײט און שרײַט צו די ג‑טער װאָס איר האָט זײ אױסדערװײלט; זאָלן זײ אײַך העלפֿן אין דער צײַט פֿון אײַער נױט.
15 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו ה׳: מיר האָבן געזינדיקט; טו דו צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, נאָר זײַ אונדז פֿאָרט מציל הײַנטיקן טאָג.
16 און זײ האָבן אָפּגעטאָן די פֿרעמדע ג‑טער פֿון צװישן זיך, און האָבן געדינט ה׳; און זײַן זעל איז באַקלעמט געװען פֿון װעגן דער מאַטערניש פֿון יִשׂרָאֵל.
17 און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן געלאַגערט אין גִלעָד; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אױפֿגעקליבן און האָבן געלאַגערט אין מִצפָּה. 18 האָט געזאָגט דאָס פֿאָלק, די האַרן פֿון גִלעָד, אײנער צום אַנדערן: װער איז דער מאַן װאָס װיל אָנהײבן מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן? ער זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע באַװױנער פֿון גִלעָד.