1 און די מענער פֿון אפֿרים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען אַריבער קײן צפֿון, און האָבן געזאָגט צו יפֿתּחן: פֿאַר װאָס ביסטו אַריבערגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און אונדז האָסטו נישט גערופֿן צו גײן מיט דיר? דײַן הױז װעלן מיר פֿאַרברענען איבער דיר אין פֿײַער. 2 האָט יפֿתּח צו זײ געזאָגט: אין גרױס שטרײַט בין איך געװען, איך און מײַן פֿאָלק, מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און איך האָב אײַך גערופֿן, און איר האָט מיך נישט געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט. 3 האָב איך געזען אַז איר העלפֿט נישט, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און בין אַריבער צו די קינדער פֿון עַמוֹן, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין מײַן האַנט; און פֿאַר װאָס זײַט איר אַרױפֿגעקומען צו מיר הײַנטיקן טאָג מלחמה צו האַלטן מיט מיר?
4 און יפֿתּח האָט אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון גִלעָד, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט אפֿרים, און די מענער פֿון גִלעָד האָבן געשלאָגן אפֿרים, װײַל זײ האָבן געזאָגט: אױסװוּרפֿן פֿון אפֿרים זײַט איר, גִלעָד, צװישן אפֿרים, צװישן מנַשֶה. 5 און גִלעָד האָט פֿאַרכאַפּט די איבערפֿאָרן פֿון יַרדן פֿאַר אפֿרים, און עס איז געװען, אַז אַן אַנטרונענער פֿון אפֿרים האָט געזאָגט: איך װיל אַריבערגײן, אַזױ האָבן די מענער פֿון גִלעָד צו אים געזאָגט: ביסטו אַן אפֿרַיִמער? און אַז ער האָט געזאָגט: נײן, 6 האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אַקאָרשט שבולת, און אַז ער האָט געזאָגט סבולת, װײַל ער האָט נישט געקענט אַרױסרעדן ריכטיק, אַזױ האָבן זײ אים אָנגענומען און אים געשאָכטן בײַ די איבערפֿאָרן פֿון יַרדן. און עס זײַנען געפֿאַלן אין יענער צײַט פֿון אפֿרים צװײ און פֿערציק טױזנט.
7 און יפֿתּח האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל זעקס יאָר, און יפֿתּח דער גִלעָדער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין די שטעט פֿון גִלעָד.
8 און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אבֿצן פֿון בֵית-לֶחֶם. 9 און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אױסגעגעבן, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אַרײַנגענומען פֿאַר זײַנע זין פֿון דערױסן. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל זיבן יאָר. 10 און אבֿצן איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין בֵית-לֶחֶם.
11 און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אֵילוֹן דער זבֿולונער. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל צען יאָר. 12 און אֵילוֹן דער זבֿולונער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין אַיָלוֹן אין לאַנד זבֿולון.
13 און נאָך אים האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל עַבֿדוֹן דער זון פֿון הללן פֿון פּרעָתוֹן. 14 און ער האָט געהאַט פֿערציק זין און דרײַסיק אײניקלעך, װאָס זײַנען געריטן אױף זיבעציק יונגע אײזלען. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אַכט יאָר. 15 און עַבֿדוֹן דער זון פֿון הללן פֿון פּרעָתוֹן איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין פּרעָתוֹן אין לאַנד אפֿרים, אױפֿן באַרג פֿון עַמָלֵק.