Publicidade

Juízes 4

1 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, װען אֵהוד איז געשטאָרבן. 2 און ה׳ האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַעַן, װאָס האָט געקיניגט אין חָצוֹר; און דער קאָמאַנדיר פֿון זײַן חיל איז געװען סיסרא, װאָס איז געזעסן אין חרושת-גױם. 3 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳; װאָרעם נײַן הונדערט אײַזערנע רײַטװעגן האָט ער געהאַט, און ער האָט שטאַרק געדריקט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צװאַנציק יאָר.

4 און דבֿוֹרה אַ פֿרױ אַ נבֿיאה, די װײַב פֿון לפּידותן, זי האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל אין יענער צײַט. 5 און זי איז געזעסן אונטער דבֿוֹרהס טײטלבױם צװישן רָמָה און צװישן בֵית-אֵל אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו איר צו משפּט. 6 האָט זי געשיקט און האָט גערופֿן ברק דעם זון פֿון אַבֿינועם פֿון קֶדֶש-נַפֿתָּלי, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט באַפֿױלן: גײ און זאָלסט ציען צום באַרג תָּבֿוֹר, און נעמען מיט דיר צען טױזנט מאַן פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי און פֿון די קינדער פֿון זבֿולון. 7 און איך װעל אַריבערציען צו דיר, צום טײַך קישון, סיסרא דעם קאָמאַנדיר פֿון יָבֿינס חיל, מיט זײַנע רײַטװעגן און זײַן מחנה, און איך װעל אים געבן אין דײַן האַנט. 8 האָט ברק צו איר געזאָגט: אױב דו װעסט גײן מיט מיר, װעל איך גײן, אױב אָבער דו װעסט נישט גײן מיט מיר, װעל איך נישט גײן. 9 האָט זי געזאָגט: גײן װעל איך גײן מיט דיר, אָבער נישט דײַנער שטעג זײַן דער כּבֿוד אױף דעם װעג װאָס דו גײסט, װאָרעם אין דער האַנט פֿון אַ פֿרױ װעט ה׳ איבערענטפֿערן סיסראן. און דבֿוֹרה איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען מיט ברקן קײן קֶדֶש. 10 און ברק האָט צונױפֿגערופֿן זבֿולון און נַפֿתָּלי קײן קֶדֶש, און צען טױזנט מאַן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען הינטער אים, און דבֿוֹרה איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים.

11 און חֶבֶֿר דער קֵיני האָט זיך געהאַט אָפּגעשײדט פֿון קַיִן, פֿון די קינדער פֿון חוֹבֿבֿ, משהס שװער, און האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט ביז אֵלוֹן-בצַעֲנַנים װאָס לעבן קֶדֶש.

12 האָט מען אָנגעזאָגט סיסראן אַז ברק דער זון פֿון אַבֿינועמען איז אַרױפֿגעגאַנגען צום באַרג תָּבֿוֹר, 13 און סיסרא האָט אײַנגעזאַמלט אַלע זײַנע רײַטװעגן – נײַן הונדערט אײַזערנע רײַטװעגן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, פֿון חרושת-גױם צום טײַך קישון.

14 און דבֿוֹרה האָט געזאָגט צו ברקן: שטײ אױף! װאָרעם דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געגעבן סיסראן אין דײַן האַנט; פֿאַר װאָר, ה׳ איז אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס. האָט ברק אַראָפּגענידערט פֿון באַרג תָּבֿוֹר, און צען טױזנט מאַן נאָך אים. 15 און ה׳ האָט פֿאַרטומלט סיסראן און אַלע רײַטװעגן און דעם גאַנצן חיל מיטן שאַרף פֿון שװערד פֿאַר ברקן; און סיסרא האָט אַראָפּגענידערט פֿון זײַן רײַטװאָגן, און איז אַנטלאָפֿן צו פֿוס. 16 און ברק האָט נאָכגעיאָגט די רײַטװעגן און דעם חיל ביז חרושת-גױם, און דער גאַנצער חיל פֿון סיסראן איז געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון שװערד; נישט געבליבן צו מאָל אײנער.

17 און סיסרא איז געלאָפֿן צו פֿוס צום געצעלט פֿון יעל דער װײַב פֿון חֶבֶֿר דעם קֵיני; װאָרעם שלום איז געװען צװישן יָבֿין דעם מלך פֿון חָצוֹר און צװישן דעם הױז פֿון חֶבֶֿר דעם קֵיני. 18 און יעל איז אַרױסגעקומען סיסראן אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: קער אײַן, מײַן האַר, קער אײַן צו מיר; זאָלסט נישט מורא האָבן. האָט ער אײַנגעקערט צו איר אין געצעלט, און זי האָט אים צוגעדעקט מיט אַ דעקע. 19 האָט ער צו איר געזאָגט: גיב מיר, איך בעט דיך, טרינקען אַ ביסל װאַסער, װאָרעם איך בין דאָרשטיק. האָט זי געעפֿנט דעם לאָגל מילך, און האָט אים געגעבן טרינקען, און האָט אים צוגעדעקט. 20 האָט ער געזאָגט: שטעל זיך אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט קומען, און װעט דיך פֿרעגן און זאָגן: איז דאָ פֿאַראַן אַ מאַן? זאָלסטו זאָגן: נײן.

21 האָט יעל די װײַב פֿון חֶבֶֿרן גענומען אַ געצעלטפֿלעקל, און אַרײַנגעטאָן דעם האַמער אין איר האַנט, און זי איז שטילערהײט צוגעגאַנגען צו אים, און האָט אַרײַנגעהאַקט דאָס פֿלעקל אין זײַן שלײף, ביז עס איז אַרײַן אין דער ערד, און װי ער איז געשלאָפֿן, אַזױ האָט ער געחלשט און איז געשטאָרבן.

22 ערשט ברק יאָגט נאָך סיסראן; איז אים יעל אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: קום און איך װעל דיר װײַזן דעם מאַן װאָס דו זוכסט. איז ער אַרײַנגעגאַנגען צו איר, ערשט סיסרא ליגט טױט מיטן פֿלעקל אין זײַן שלײף.

23 און אלֹקים האָט געמאַכט אונטערטעניק אין יענעם טאָג יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַעַן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 24 און די האַנט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז געװאָרן אַלץ שװערער אױף יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַעַן, ביז װאַנען זײ האָבן פֿאַרשניטן יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַעַן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-