1 און דאָס זײַנען די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט געלאָזט, כּדי צו פּרוּװן מיט זײ יִשׂרָאֵל, די אַלע װאָס האָבן נישט געװוּסט פֿון אַלע מלחמות פֿון כּנַעַן; 2 בלױז כּדי די דורות פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן װיסן, זײ צו לערנען מלחמה – די װאָס האָבן נאָך פֿריער דערפֿון נישט געװוּסט; 3 די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און דער גאַנצער כּנַעֲני, און דער צידוֹני, און דער חִוִי, דער באַװױנער פֿון באַרג לבֿנוֹן, פֿון באַרג בעַל-חרמוֹן ביז מע קומט קײן חַמָת. 4 און זײ זײַנען געבליבן כּדי צו פּרוּװן מיט זײ יִשׂרָאֵל, צו װיסן אױב זײ װעלן צוהערן די געבאָט פֿון ה׳ װאָס ער האָט געבאָטן זײערע עלטערן דורך משהן. 5 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געזעסן צװישן דעם כּנַעֲני, דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. 6 און זײ האָבן זיך גענומען זײערע טעכטער פֿאַר װײַבער, און זײערע טעכטער האָבן זײ געגעבן צו די זין פֿון יענע, און זײ האָבן געדינט זײערע ג‑טער.
7 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן ה׳ זײער ג-ט, און האָבן געדינט די בַעַל ג‑טער און די אַשֵרות. 8 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון כּושַן-רִשעתַים דעם מלך פֿון אַרַם-נַהרַיִם, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געדינט כּושַן-רִשעתַימען אַכט יאָר. 9 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געשריען צו ה׳, און ה׳ האָט אױפֿגעשטעלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַ העלפֿער װאָס האָט זײ געהאָלפֿן, עָתניאֵל דעם זון פֿון קנַזן, כָּלֵבֿס ייִנגערן ברודער. 10 און דער גײַסט פֿון ה׳ איז געװען אױף אים, און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל; און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה, און ה׳ האָט געגעבן אין זײַן האַנט כּושַן-רִשעתַים דעם מלך פֿון אַרָם, און זײַן האַנט איז געװען שטאַרק אױף כּושַן-רִשעתַימען. 11 און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿערציק יאָר. און עָתניאֵל דער זון פֿון קנַזן איז געשטאָרבן. 12 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט געשטאַרקט עֶגלוֹן, דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ איבער יִשׂרָאֵל, װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.
13 און ער האָט אײַנגעזאַמלט צו זיך די קינדער פֿון עַמוֹן און עַמָלֵק, און איז געגאַנגען און האָט געשלאָגן יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן אײַנגענומען די שטאָט פֿון טײטלבײמער. 14 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געדינט עֶגלוֹן דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ אַכצן יאָר. 15 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געשריען צו ה׳, און ה׳ האָט זײ אױפֿגעשטעלט אַ העלפֿער אֵהוד דעם זון פֿון גֵראָן, אַ בנימינער, אַ מאַן אַ געלינקטן. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשיקט דורך זײַן האַנט אַ מתּנה צו עֶגלוֹן דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ. 16 האָט אֵהוד זיך געמאַכט אַ שװערד װאָס האָט געהאַט צװײ שאַרפֿן, אַן אײל די לענג; און ער האָט זי אָנגעגורט אונטער זײַנע קלײדער אױף זײַן רעכטן דיך. 17 און ער האָט גענענט די מתּנה צו עֶגלוֹן דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ – און עֶגלוֹן איז געװען זײער אַ פֿעטער מענטש. 18 און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט גענענען די מתּנה, אַזױ האָט ער אַרױסבאַלײט די מענטשן װאָס האָבן געטראָגן די מתּנה. 19 און ער אַלײן האָט זיך אומגעקערט פֿון די שטײנהאַקערײַען װאָס לעבן גִלגָל, און האָט געזאָגט: אַ פֿאַרבאָרגענע זאַך האָב איך צו דיר, מלך. האָט ער געזאָגט: זאָל זײַן שטיל! און אַלע װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום אים, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון אים. 20 און אֵהוד איז צוגעקומען צו אים װי ער זיצט אַלײן אין דער קילער אױבערשטוב װאָס בײַ אים, און אֵהוד האָט געזאָגט: אַ װאָרט פֿון אלֹקים האָב איך צו דיר. איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן שטול. 21 און אֵהוד האָט אױסגעשטרעקט זײַן לינקע האַנט, און האָט גענומען זײַן שװערד פֿון זײַן רעכטער דיך, און האָט זי אַרײַנגעשטאָכן אין זײַן בױך. 22 און אױך דער שטיל איז אַרײַן נאָכן קלינג; און דאָס פֿעטס האָט אײַנגעשלאָסן דעם קלינג, װאָרעם ער האָט די שװערד נישט אַרױסגעצױגן פֿון זײַן בױך; און זי איז אַרױס פֿון הינטערלײַב. 23 און אֵהוד איז אַרױסגעגאַנגען אין פֿירהױז, און האָט צוגעמאַכט די טירן פֿון דער אױבערשטוב הינטער זיך, און צוגעשלאָסן. 24 און װי ער איז אַרױסגעגאַנגען, אַזױ זײַנען אָנגעקומען זײַנע קנעכט, און האָבן דערזען, ערשט די טירן פֿון דער אױבערשטוב זײַנען פֿאַרשלאָסן, און זײ האָבן געזאָגט: מסתּמא איז ער אױף זײַן באַדערפֿעניש אין דער קילקאַמער. 25 אָבער אַז זײ האָבן זיך צו שאַנד געװאַרט, ערשט ער עפֿענט נישט די טירן פֿון דער אױבערשטוב, האָבן זײ גענומען דעם שליסל, און האָבן געעפֿנט; ערשט זײער האַר ליגט טױט אױף דער ערד. 26 און אֵהוד איז אַנטרונען געװאָרן בעת זײ האָבן געזאַמט, און ער איז אַריבער די שטײנהאַקערײַען, און איז אַנטרונען קײן שׂעירה. 27 און עס איז געװען, װי ער איז אָנגעקומען, אַזױ האָט ער געבלאָזן אין שופֿר אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַראָפּגענידערט מיט אים פֿון דעם געבערג, און ער זײ פֿאַרױס. 28 און ער האָט צו זײ געזאָגט: יאָגט נאָך הינטער מיר, װאָרעם ה׳ האָט געגעבן אײַערע פֿײַנט, מוֹאָבֿ, אין אײַערע האַנט. און זײ האָבן אַראָפּגענידערט נאָך אים, און האָבן פֿאַרכאַפּט די איבערפֿאָרן פֿון יַרדן פֿאַר מוֹאָבֿ, און קײנעם נישט געלאָזט אַריבערגײן. 29 און זײ האָבן געשלאָגן פֿון מוֹאָבֿ אין יענער צײַט אַרום צען טױזנט מאַן, װוּ נאָר אַ לײַביקער, און װוּ נאָר אַ העלדישער מאַן; און קײנער איז נישט אַנטרונען געװאָרן. 30 און מוֹאָבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק אין יענעם טאָג אונטער דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל; און דאָס לאַנד איז געװען שטיל אַכציק יאָר.
31 און נאָך אים איז געװען שמגר דער זון פֿון עַנָתן, װאָס האָט געשלאָגן פֿון די פּלִשתּים זעקס הונדערט מאַן מיט אַן אָקסנשטעקן. און ער אױך האָט געהאָלפֿן יִשׂרָאֵל.