Publicidade

Juízes 18

1 אין יענע טעג איז קײן מלך נישט געװען אין יִשׂרָאֵל. און אין יענע טעג האָט דער שבֿט דָן זיך געזוכט אַ נחלה אױף זיך צו באַזעצן, װאָרעם ביז יענעם טאָג איז אים גאָרנישט צוגעפֿאַלן פֿאַר אַ נחלה צװישן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 2 האָבן די קינדער פֿון דָן געשיקט פֿון זײער משפּחה פֿינף מענער פֿון צװישן זיך, העלדישע יונגען פֿון צָרעָה און פֿון אֶשתָּאוֹל, אױסצוקוקן דאָס לאַנד, און עס אױסצופֿאָרשן. און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: גײט פֿאָרשט אױס דאָס לאַנד. זײַנען זײ געקומען צום געבערג פֿון אפֿרים ביז מִיכָהס הױז, און האָבן דאָרטן גענעכטיקט. 3 װי זײ זײַנען לעבן מִיכָהס הױז, אַזױ האָבן זײ דערקענט דעם קֹול פֿון דעם יונגן מאַן, דעם לֵוִי, און זײ האָבן אַהין פֿאַרקערט, און האָבן צו אים געזאָגט: װער האָט דיך אַהער געבראַכט? און װאָס טוסטו דאָ? און װאָס האָסטו דאָ? 4 האָט ער צו זײ געזאָגט: אַזױ און אַזױ האָט מִיכָה געטאָן צו מיר; און ער האָט מיך געדונגען, און איך בין אים געװאָרן פֿאַר אַ כּהן. 5 האָבן זײ צו אים געזאָגט: פֿרעג אַקאָרשט בײַ אלֹקים, כּדי מיר זאָלן װיסן אױב אונדזער װעג װאָס מיר גײען אױף אים װעט באַגליקן. 6 האָט דער כּהן צו זײ געזאָגט: גײט לשלום! פֿאַר ה׳ איז אײַער װעג װאָס איר גײט אױף אים.

7 זײַנען די פֿינף מענער געגאַנגען, און זײ זײַנען געקומען קײן לַיִש, און האָבן געזען דאָס פֿאָלק װאָס אין איר – װי זי זיצט אין זיכערקײט, אַזױ װי דער שטײגער פֿון די צידוֹנים, רויִק און זיכער, און נישטאָ אין לאַנד אַ מאַכטהאָבער װאָס זאָל אין עפּעס קריװדען, און זײ זײַנען װײַט פֿון די צידוֹנים, און האָבן נישט קײן פֿאַרקער מיט אַ מענטשן.

8 זײַנען זײ געקומען צו זײערע ברידער אין צָרעָה און אֶשתָּאוֹל; און זײערע ברידער האָבן צו זײ געזאָגט: װאָס איר? 9 האָבן זײ געזאָגט: שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן אױף זײ, װאָרעם מיר האָבן געזען דאָס לאַנד, ערשט עס איז זײער גוט. און איר שװײַגט? איר זאָלט אײַך נישט פֿױלן צו גײן, כּדי צו קומען אַרבן דאָס לאַנד. 10 אַז איר קומט, װעט איר קומען צו אַ רויִקן פֿאָלק, און דאָס לאַנד איז געראַם אין אָרט. פֿאַר װאָר, אלֹקים האָט עס געגעבן אין אײַער האַנט; אַן אָרט װאָס דאָרטן פֿעלט נישט קײן זאַך װאָס אױף דער ערד.

11 האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן, פֿון דער משפּחה פֿון דָן, פֿון צָרעָה און פֿון אֶשתָּאוֹל, זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט כּלי-מלחמה. 12 און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן געלאַגערט אין קִריַת-יְעָרים, אין יהוּדה; דערום רופֿט מען יענעם אָרט מחנה-דָן ביז אױף הײַנטיקן טאָג; ער איז הינטער קִריַת-יְעָרים. 13 און זײ זײַנען אַריבער פֿון דאָרטן צום געבערג פֿון אפֿרים, און זײַנען געקומען ביז מִיכָהס הױז.

14 האָבן זיך אָפּגערופֿן די פֿינף מענער װאָס זײַנען געגאַנגען אױסקוקן דאָס לאַנד לַיִש, און האָבן געזאָגט צו זײערע ברידער: װײסט איר אַז אין די דאָזיקע הײַזער איז דאָ אַן אֵפֿוֹד און אַ תּרָפֿים, און אַ געשניצט און אַ געגאָסן בילד? און אַצונד, װײסט װאָס איר האָט צו טאָן.

15 האָבן זײ פֿאַרקערט אַהין, און זײַנען געקומען צום הױז פֿון דעם יונגן מאַן דעם לֵוִי, צו מִיכָהס הױז, און האָבן אים געפֿרעגט אױף פֿריד. 16 און די זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט זײערע כּלי-מלחמה, װאָס פֿון די קינדער פֿון דָן, זײַנען געשטאַנען בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער. 17 און די פֿינף מענער װאָס זײַנען געגאַנגען אױסקוקן דאָס לאַנד, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, אַרײַן אַהין, און צוגענומען דאָס געשניצטע בילד, און דעם אֵפֿוֹד, און דעם תּרָפֿים, און דאָס געגאָסענע בילד; און דער כּהן איז געשטאַנען בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער מיט די זעקס הונדערט מאַן אָנגעגורט מיט כּלי-מלחמה. 18 און װי יענע זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין מִיכָהס הױז, און האָבן צוגענומען דאָס געשניצטע בילד מיט דעם אֵפֿוֹד, און דעם תּרָפֿים, און דאָס געגאָסענע בילד, אַזױ האָט דער כּהן צו זײ געזאָגט: װאָס טוט איר? 19 האָבן זײ צו אים געזאָגט: שװײַג! טו אַרױף דײַן האַנט אױף דײַן מױל, און גײ מיט אונדז, און זײַ אונדז פֿאַר אַ פֿאָטער און פֿאַר אַ כּהן. איז דיר בעסער צו זײַן אַ כּהן בײַ אײן מענטשנס הױז, אָדער זײַן אַ כּהן בײַ אַ שבֿט און בײַ אַ משפּחה אין יִשׂרָאֵל? 20 האָט זיך דעם כּהנס האַרץ דערפֿרײט, און ער האָט גענומען דעם אֵפֿוֹד, און דעם תּרָפֿים, און דאָס געשניצטע בילד, און איז אַרײַן צװישן דעם פֿאָלק. 21 און זײ האָבן זיך אַרומגעדרײט און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. און זײ האָבן געשטעלט די קלײנע קינדער און דאָס פֿיך און דאָס גוטס זיך פֿאַרױס.

22 װי זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מִיכָהס הױז, אַזױ זײַנען די מענטשן װאָס אין די הײַזער װאָס לעבן מִיכָהס הױז זיך צונױפֿגעלאָפֿן, און זײ האָבן אָנגעיאָגט די קינדער פֿון דָן. 23 און זײ האָבן גערופֿן צו די קינדער פֿון דָן. האָבן יענע אומגעקערט זײער פּנים, און האָבן געזאָגט צו מִיכָהן: װאָס איז דיר, װאָס דו ביסט זיך צונױפֿגעלאָפֿן? 24 האָט ער געזאָגט: איר האָט צוגענומען מײַן ג-ט װאָס איך האָב געמאַכט, און דעם כּהן, און איר זײַט אַװעקגעגאַנגען, און װאָס נאָך האָב איך? הײַנט װאָס זאָגט איר צו מיר: װאָס איז דיר?

25 האָבן די קינדער פֿון דָן צו אים געזאָגט: לאָז נישט הערן דײַן קֹול בײַ אונדז, װאָרעם מענטשן מיט אַ ביטער געמיט װעלן נאָך אָנפֿאַלן אױף אײַך, און װעסט אומברענגען דײַן נפֿש און די נפֿשות פֿון דײַן הױזגעזינט.

26 און די קינדער פֿון דָן זײַנען געגאַנגען אױף זײער װעג. און מִיכָה האָט געזען אַז זײ זײַנען שטאַרקער פֿון אים, און ער האָט זיך אומגעדרײט און זיך צוריקגעקערט אין זײַן הױז.

27 און זײ האָבן גענומען דאָס װאָס מִיכָה האָט געמאַכט, און דעם כּהן װאָס ער האָט געהאַט, און זײ זײַנען געקומען אױף לַיִש, אױף אַ רויִקן און זיכערן פֿאָלק, און האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און די שטאָט האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער. 28 און װער עס זאָל מציל זײַן איז נישט געװען, װאָרעם זי איז געװען װײַט פֿון צידון, און קײן פֿאַרקער מיט אַ מענטשן האָבן זײ נישט געהאַט; און זי איז געװען אין טאָל װאָס בײַ בֵית-רחובֿ. און זײ האָבן אָפּגעבױט די שטאָט, און האָבן זיך אין איר באַזעצט. 29 און זײ האָבן גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט דָן, נאָך דעם נאָמען פֿון זײער פֿאָטער דָן װאָס איז געבאָרן געװען בײַ יִשׂרָאֵלן; אָבער לַיִש איז געװען דער נאָמען פֿון דער שטאָט צוערשט.

30 און די קינדער פֿון דָן האָבן זיך אױפֿגעשטעלט דאָס געשניצטע בילד, און יהוֹנָתָן דער זון פֿון גֵרשוֹם דעם זון פֿון מנַשֶהן, ער און זײַנע זין, זײַנען געװען כּהנים בײַם שבֿט דָן, ביזן טאָג פֿון דעם גלות פֿון לאַנד. 31 און זײ האָבן געהאַלטן אױפֿגעשטעלט בײַ זיך דאָס געשניצטע בילד װאָס מִיכָה האָט געמאַכט, אַלע טעג װאָס דאָס הױז פֿון האלֹקים איז געװען אין שילוֹ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-