1 האָבן צו אים געזאָגט די מענער פֿון אפֿרים: װאָס פֿאַר אַ זאַך האָסטו אונדז דאָ געטאָן, אונדז נישט צו רופֿן װען דו ביסט געגאַנגען מלחמה האַלטן אַקעגן מִדיָן? און זײ האָבן זיך שטאַרק געקריגט מיט אים. 2 האָט ער צו זײ געזאָגט: װאָס האָב איך אַצונד אױפֿגעטאָן אין פֿאַרגלײַך מיט אײַך? איז נישט דער נאָכקלײַב פֿון אפֿרים בעסער װי די וינטג פֿון אַבֿיעֶזֶר? 3 אין אײַער האַנט האָט אלֹקים געגעבן די האַרן פֿון מִדיָן, עוֹרֵבֿן און זאבֿן, און װאָס האָב איך געקענט אױפֿטאָן אין פֿאַרגלײַך מיט אײַך? האָט דענצמאָל אָפּגעלאָזט זײער כּעס פֿון אים, װען ער האָט גערעדט די דאָזיקע רײד.
4 און גדעון איז געקומען צום יַרדן, און איז אַריבערגעגאַנגען, ער און די דרײַ הונדערט מאַן װאָס מיט אים, פֿאַרשמאַכטע און פֿאַריאָגטע. 5 און ער האָט געזאָגט צו די מענטשן פֿון סוכּוֹת: גיט, איך בעט אײַך, לאַבנס ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס הינטער מיר, װאָרעם זײ זײַנען פֿאַרשמאַכט, און איך יאָג נאָך זֶבַֿח און צלמונע די מלכים פֿון מִדיָן.
6 האָבן די האַרן פֿון סוכּוֹת געזאָגט: איז די האַנט פֿון זֶבַֿחן און צלמונען אַצונד אין דײַן פֿױסט, אַז מיר זאָלן געבן דײַן חיל ברױט?
7 האָט גדעון געזאָגט: דערפֿאַר אַז ה׳ װעט געבן זֶבַֿחן און צלמונען אין מײַן האַנט, װעל איך דרעשן אײַער לײַב מיט דערנער פֿון מדבר און מיט שטעכיקע ריטער.
8 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן פּנואל, און האָט צו זײ גערעדט דעסט גלײַכן; האָבן אים די מענטשן פֿון פּנואל געענטפֿערט אַזױ װי די מענטשן פֿון סוכּוֹת האָבן געענטפֿערט.
9 האָט ער געזאָגט אױך צו די מענטשן פֿון פּנואל, אַזױ צו זאָגן: אַז איך װעל זיך אומקערן בשלום, װעל איך צעברעכן דעם דאָזיקן טורעם.
10 און זֶבַֿח און צלמונע זײַנען געװען אין קרקור, און זײער חיל מיט זײ, אַרום פֿופֿצן טױזנט, אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דעם גאַנצן חיל פֿון די קינדער פֿון מזרח; און די געפֿאַלענע זײַנען געװען הונדערט און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס האָבן געצױגן אַ שװערד.
11 און גדעון איז אַרױפֿגעגאַנגען דורך די װױנער אין געצעלטן, אין מזרח פֿון נוֹבֿח און יָגבהָה, און האָט געשלאָגן דעם חיל, בעת דער חיל האָט זיך געשפּירט זיכער. 12 אָבער זֶבַֿח און צלמונע זײַנען אַנטלאָפֿן, און ער האָט זײ נאָכגעיאָגט; און ער האָט געכאַפּט די צװײ מלכים פֿון מִדיָן, זֶבַֿחן און צלמונען, און דעם גאַנצן חיל האָט ער צעשראָקן.
13 און גדעון דער זון פֿון יוֹאָשן האָט זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה, פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון חֶרס. 14 און ער האָט אָנגעכאַפּט אַ יונגן מאַן פֿון די מענטשן פֿון סוכּוֹת, און האָט אים אױספֿגעפֿרעגט; און ער האָט אים אױפֿגעשריבן די האַרן פֿון סוכּוֹת, און אירע עלטסטע, זיבן און זיבעציק מאַן. 15 און ער איז געקומען צו די מענטשן פֿון סוכּוֹת, און האָט געזאָגט: אָט זײַנען זֶבַֿח און צלמונע, װאָס איר האָט געשפּעט פֿון מיר, אַזױ צו זאָגן: איז די האַנט פֿון זֶבַֿחן און צלמונען אַצונד אין דײַן פֿױסט, אַז מיר זאָלן געבן דײַנע פֿאַרשמאַכטע מענטשן ברױט?
16 און ער האָט גענומען די עלטסטע פֿון שטאָט, און דערנער פֿון מדבר און שטעכיקע ריטער, און האָט אָנגעלערנט מיט זײ די מענטשן פֿון סוכּוֹת. 17 און דעם טורעם פֿון פּנואל האָט ער צעבראָכן, און האָט געהרגעט די מענטשן פֿון שטאָט.
18 און ער האָט געזאָגט צו זֶבַֿחן און צלמונען: װי אַזױ זײַנען געװען די מענטשן װאָס איר האָט געהרגעט אין תָּבֿוֹר? האָבן זײ געזאָגט: אַזױ װי דו, אַזױ זײ; אײן; אַזױ װי די געשטאַלט פֿון בנֵי-מלכים. 19 האָט ער געזאָגט: מײַנע ברידער, די זין פֿון מײַן מוטער, זײַנען דאָס געװען. אַזױ װי ה׳ לעבט, װען איר װאָלט זײ געלאָזט לעבן, װאָלט איך אײַך נישט געהרגעט! 20 און ער האָט געזאָגט צו יֶתֶר זײַן בכוֹר: שטײ אױף, הרגע זײ. אָבער דער יונג האָט נישט אַרױסגעצױגן זײַן שװערד, װאָרעם ער האָט מורא געהאַט, װײַל ער איז נאָך געװען יונג. 21 האָט געזאָגט זֶבַֿח און צלמונע: שטײ דו אױף און דערשלאָג אונדז, װאָרעם װי דער מאַן, אַזױ זײַן גבֿורה. איז גדעון אױפֿגעשטאַנען, און האָט געהרגעט זֶבַֿחן און צלמונען. און ער האָט אַראָפּגענומען די לבֿנהלעך װאָס אױף די העלדזער פֿון זײערע קעמלען.
22 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט צו גדעונען: געװעלטיק איבער אונדז, אי דו, אי דײַן זון, אי דײַן זונס זון, װאָרעם דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון מִדיָן. 23 האָט גדעון צו זײ געזאָגט: נישט איך װעל געװעלטיקן איבער אײַך, און נישט מײַן זון װעט געװעלטיקן איבער אײַך; ה׳ װעט געװעלטיקן איבער אײַך. 24 און גדעון האָט צו זײ געזאָגט: איך װעל בעטן פֿון אײַך אַ בקשה: גיט מיר איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון זײַן רױב. װאָרעם זײ האָבן געהאַט גילדערנע נאָזרינגען, װײַל זײ זײַנען געװען יִשמָעֵאלים. 25 האָבן זײ געזאָגט: אַװדאי װעלן מיר געבן. און זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ טוך, און האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן אַהין איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון זײַן רױב. 26 און די װאָג פֿון די גילדערנע נאָזרינגען װאָס ער האָט געבעטן, איז געװען טױזנט און זיבן הונדערט גאָלד, אַחוץ די לבֿנהלעך, און די אױרינגען, און די פּורפּלקלײדער װאָס אױף די מלכים פֿון מִדיָן, און אַחוץ די קײטלעך װאָס אױף די העלדזער פֿון זײערע קעמלען. 27 און גדעון האָט דערפֿון געמאַכט אַן אֵפֿוֹד, און האָט אים אַװעקגעשטעלט אין זײַן שטאָט, אין עָפֿרָה. און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען פֿאַרפֿירט געװען נאָך אים דאָרטן, און ער איז געװען גדעונען און זײַן הױז פֿאַר אַ שטרױכלונג.
28 און מִדיָן איז אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן מער נישט אױפֿגעהױבן זײער קאָפּ; און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿערציק יאָר אין די טעג פֿון גדעונען.
29 און ירובעל דער זון פֿון יוֹאָשן איז אַװעקגעגאַנגען; און ער איז געזעסן אין זײַן הױז. 30 און גדעון האָט געהאַט זיבעציק זין װאָס זײַנען אַרױס פֿון זײַן דיך, װאָרעם ער האָט געהאַט אַ סך װײַבער. 31 און זײַן קעפּסװײַב װאָס אין שכֶם, זי אױך האָט אים געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אַבֿימֶלֶך. 32 און גדעון דער זון פֿון יוֹאָשן איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער יוֹאָשן אין עָפֿרָה פֿון די אַבֿיעזרער.
33 און עס איז געװען, װי גדעון איז געשטאָרבן, אַזױ זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װידער פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך די בַעַל ג‑טער, און זײ האָבן זיך געמאַכט בַעַל-בְּרִית פֿאַר אַ ג-ט. 34 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן נישט געדאַכט אָן ה׳ זײער ג-ט װאָס האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום. 35 און זײ האָבן נישט געטאָן חֶסֶד מיט דעם הױז פֿון ירובעל-גדעונען, לױט אַלעם גוטן װאָס ער האָט געטאָן מיט יִשׂרָאֵל.