1 זע, איך שיק מײַן שליח,
און ער װעט אָפּראַמען דעם װעג פֿאַר מיר,
און פּלוצלינג װעט קומען צו זײַן הֵיכל
הָאָדוֹן װעמען איר זוכט;
און דער שליח פֿון ברית װעמען איר באַגערט,
אָט קומט ער, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
2 און װער קען אױסהאַלטן דעם טאָג פֿון זײַן קומען?
און װער איז דער װאָס קען באַשטײן, װען ער באַװײַזט זיך?
װאָרעם ער איז װי פֿײַער פֿון דעם שמעלצער,
און װי לױג פֿון װעשער.
3 און ער װעט זיצן װי אַ שמעלצער און אַ רײניקער פֿון זילבער,
און װעט רײניקן די קינדער פֿון לֵוִי,
און זײ לײַטערן װי גאָלד און װי זילבער;
און זײ װעלן ברענגען צו ה׳
קָרְבֳנוֹת אין גערעכטיקײט.
4 און אָנגעלײגט װעט זײַן בײַ ה׳
דער קָרבָּן פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם,
װי אין די טעג פֿון אַמאָל,
און װי אין פֿאַרצײַטיקע יאָרן.
5 און איך װעל גענענען צום משפּט אױף אײַך,
און איך װעל זײַן אַ שנעלער עדות,
אַקעגן די מכשפֿים, און אַקעגן די נוֹאפֿים,
און אַקעגן די װאָס שװערן פֿאַלש,
און אַקעגן די װאָס רױבן דעם לױנאַרבעטער פֿון זײַן לױן,
די אַלמנה און דעם יתום,
און קריװדען דעם פֿרעמדן,
און האָבן נישט קײן מורא פֿאַר מיר,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
6 אָבער איך ה׳ ענדער זיך נישט,
און איר קינדער פֿון יעקבֿ װעט נישט פֿאַרלענדט װערן.
7 פֿון די טעג פֿון אײַערע עלטערן אָן
האָט איר זיך אָפּגעקערט פֿון מײַנע געזעצן,
און זײ נישט געהיט;
קערט אײַך אום צו מיר, און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
אָבער איר זאָגט: װעגן װאָס זאָלן מיר זיך אומקערן?
8 צי דאַרף אַ מענטש באַרױבן אלֹקים,
װאָס איר באַרױבט מיך?
און איר זאָגט: אין װאָס באַרױבן מיר דיך?
אין דעם מעשׂר און דער אָפּשײדונג.
9 איר זײַט מיט אַ קללה פֿאַרשאָלטן,
פֿון דעסט װעגן באַרױבט איר מיך,
דאָס גאַנצע פֿאָלק.
10 ברענגט דעם גאַנצן מעשׂר אין שאַצהױז,
און זאָל זײַן שפּײַז אין מײַן הױז,
און פּרוּװט מיך אַקאָרשט דערמיט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
אױב איך װעל אײַך נישט עפֿענען די פֿענצטער פֿון הימל,
און װעל אײַך נישט אַראָפּגיסן אַ ברכה
ביז איבער גענוג.
11 און איך װעל אָנשרײַען פֿון אײַערטװעגן אױף דעם פֿאַרצערער,
און ער װעט אײַך נישט פֿאַרװיסטן די פֿרוכט פֿון דער ערד,
און אײַער װײַנשטאָק װעט נישט פֿאַרװאַרפֿן אין פֿעלד,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
12 און אַלע פֿעלקער װעלן אײַך שאַצן גליקלעך,
װאָרעם איר װעט זײַן אַ געװינטשט לאַנד,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
13 פֿאַרשײַט זײַנען אײַערע רײד קעגן מיר,
זאָגט ה׳. און איר זאָגט:
װאָס האָבן מיר גערעדט אַקעגן דיר?
14 איר האָט געזאָגט: אומזיסט איז דינען אלֹקים,
און װאָס קומט אַרױס אַז מיר האָבן געהיט זײַן היטונג,
און אַז מיר זײַנען אומגעגאַנגען פֿינצטער
פֿון װעגן ה׳ צבָֿאוֹת?
15 איז, אַצונד שאַצן מיר גליקלעך די מוטװיליקע;
יאָ, אױפֿגעריכט געװאָרן זײַנען די װאָס טוען שלעכטס,
יאָ, זײ האָבן געפּרוּװט אלֹקים, און זײַנען אַנטרונען געװאָרן.
16 דענס מאָל האָבן די פֿאָרכטיקע פֿון ה׳
גערעדט אײנער צום אַנדערן,
און ג-ט האָט פֿאַרנומען און צוגעהערט,
און אַ בוך פֿון דערמאָנונג איז אָנגעשריבן געװאָרן בײַ אים,
פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן ה׳,
און טראַכטן אָן זײַן נאָמען.
17 און זײ װעלן מיר זײַן אַ טײַער אײגנס,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
אין דעם טאָג װאָס איך באַשער;
און איך װעל זיך דערבאַרעמען אױף זײ,
װי אַ מאַן דערבאַרעמט זיך אױף זײַן זון װאָס דינט אים.
18 און איר װעט װידער אײַנזען
צװישן דעם צדיק און דעם רשע,
צװישן דעם װאָס דינט אלֹקים,
און דער װאָס דינט אים נישט.
19 װאָרעם זע, דער טאָג קומט,
ער ברענט װי אַן אױװן,
און אַלע מוטװיליקע און אַלע װאָס טוען שלעכטס
װעלן זײַן שטרױ,
און אָנצינדן װעט זײ דער טאָג װאָס קומט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
אַז ער װעט זײ נישט איבערלאָזן
אַ װאָרצל אָדער אַ צװײַג.
20 אָבער אײַך, װאָס האָט מורא פֿאַר מײַן נאָמען,
װעט אױפֿגײן די זון פֿון גערעכטיקײט
מיט הײלונג אין אירע פֿליגלען;
און איר װעט אַרױסגײן
און װעט שפּרינגען װי קעלבער פֿון שטאַל.
21 און איר װעט צודריקן די רשעים,
װאָרעם זײ װעלן זײַן אַש אונטער אײַערע פֿוסטריט
אין דעם טאָג װאָס איך באַשער,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
22 געדענקט די תּורה פֿון מײַן קנעכט משהן,
װאָס איך האָב אים באַפֿױלן אין חוֹרֵבֿ פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל,
חוקים און געזעצן.
23 זעט, איך שיק צו אײַך אֵלִיָהו הנבֿיא,
אײדער עס קומט דער טאָג פֿון ה׳,
דער גרױסער און דער מוֹראדיקער.
24 און ער װעט אומקערן דאָס האַרץ פֿון די אָבֹות צו די קינדער,
און דאָס האַרץ פֿון די קינדער צו זײערע אָבֹות,
כּדי איך זאָל נישט קומען,
און שלאָגן די ערד מיט אַ חרם.