Publicidade

Deuteronômio 11

1 דערום זאָלסטו ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט, און היטן זײַן היטונג, און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, אַלע טעג. 2 און איר דאַרפֿט װיסן הײַנט, אַז נישט מיט אײַערע קינדער רעד איך, װאָס האָבן נישט געקענט און װאָס האָבן נישט געזען די שטראָף פֿון ה׳ אלוקיכם, זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקע האַנט, און זײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, 3 און זײַנע צײכנס, און זײַנע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און צו זײַן גאַנצן לאַנד; 4 און װאָס ער האָט געטאָן צו דעם חיל פֿון מִצרַיִם, צו זײַנע פֿערד און צו זײַנע רײַטװעגן, װאָס ער האָט געמאַכט פֿלײצן איבער זײ די װאַסערן פֿון ים-סוףֿ, װען זײ האָבן אײַך נאָכגעיאָגט, און ה׳ האָט זײ אונטערגעבראַכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג; 5 און װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך אין מדבר, ביז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט; 6 און װאָס ער האָט געטאָן צו דָתָן און צו אַבֿירָם די זין פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון ראובֿן, װאָס די ערד האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל, און האָט זײ אײַנגעשלונגען אין מיטן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, מיט זײערע הױזגעזינטן און זײערע געצעלטן, און דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס הינטער זײ; 7 נײַערט אײַערע אױגן האָבן געזען אַל די גרױסע טואונג פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן. 8 דערום זאָלט איר היטן אַל דאָס געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, כּדי איר זאָלט זײַן שטאַרק, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן; 9 און כּדי איר זאָלט מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן צו געבן זײ און זײער זאָמען – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.

10 װאָרעם דאָס לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, איז נישט װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, װאָס איר זײַט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען, װאָס אַז דו האָסט פֿאַרזײט דײַן זאָמען, האָסטו באַװאַסערט מיט דײַן פֿוס, אַזױ װי אַ גאָרטן פֿון גרינס. 11 נײַערט דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן, איז אַ לאַנד פֿון בערג און טאָלן; פֿון רעגן פֿון הימל טרינקט עס װאַסער; 12 אַ לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט זאָרגט זיך אום דעם; תּמיד זײַנען די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט דערױף פֿון אָנהײב יאָר ביז סוף יאָר.

13 און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַנע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, 14 װעל איך געבן דעם רעגן פֿון אײַער לאַנד אין זײַן צײַט, פֿרירעגן און שפּעטרעגן, און װעסט אײַנזאַמלען דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל. 15 און איך װעל געבן גראָז אין דײַן פֿעלד פֿאַר דײַן בהמה; און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן. 16 היט אײַך, אײַער האַרץ זאָל נישט איבערגערעדט װערן, און איר װעט זיך אָפּקערן, און דינען פֿרעמדע ג‑טער, און זיך בוקן צו זײ. 17 װאָרעם דער צאָרן פֿון ה׳ װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט פֿאַרשפּאַרן די הימלען, אַז קײן רעגן זאָל נישט זײַן, און די ערד װעט נישט געבן איר פֿרוכט, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס ה׳ גיט אײַך.

18 און איר זאָלט אַרײַנטאָן מײַנע דאָזיקע װערטער אין אײַער האַרצן, און אין אײַער זעל, און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף אײַער האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן אײַערע אױגן. 19 און איר זאָלט זײ לערנען אײַערע קינדער, רעדנדיק דערפֿון װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. 20 און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן; 21 כּדי אײַערע טעג און די טעג פֿון אײַערע קינדער זאָלן זיך מערן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן זײ צו געבן, אַזױ װי די טעג פֿון די הימלען איבער דער ערד.

22 װאָרעם אױב היטן װעט איר היטן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט אײַך עס צו טאָן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, 23 װעט ה׳ פֿאַרטרײַבן אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און איר װעט אַרבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון אײַך. 24 איטלעכער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, װעט געהערן צו אײַך, פֿון דעם מדבר און דעם לבֿנוֹן, פֿון דעם טײַך, דעם טײַך פּרָת, און ביזן הינטערשטן ים, װעט זײַן אײַער געמאַרק. 25 קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר אײַך; ה׳ אלוקיכם װעט געבן אײַער שרעק און אײַער מורא אױף אַל דעם לאַנד װאָס איר װעט טרעטן דערױף, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט.

רְאֵה

26 זע, איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה; 27 די ברכה, אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס איך געביט אײַך הײַנט, 28 און די קללה, אױב איר װעט נישט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, װאָס איר קענט נישט. 29 און עס װעט זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, זאָלסטו שטעלן די ברכה אױפֿן באַרג גרִזים, און די קללה אױפֿן באַרג עֵיבֿל.

30 יאָ, זײ זײַנען אױף יענער זײַט יַרדן הינטער דעם װעג צו זון-אונטערגאַנג צו, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני װאָס זיצט אין דעם פּלױן, אַקעגן גִלגָל, לעבן די אײכנבײמער פֿון מוֹרֶה. 31 װאָרעם איר גײט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט אײַך, און איר װעט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען;

32 זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע חוקים און געזעצן װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-