Publicidade

Deuteronômio 3

1 און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיטן װעג פֿון בָשָן; און עוֹג דער מלך פֿון בָשָן איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אונדז, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן אֶדרֶעִי. 2 און ה׳ האָט געזאָגט צו מיר: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר אים, װאָרעם איך האָב אים, מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק און זײַן לאַנד, געגעבן אין דײַן האַנט, און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן. 3 און ה׳ אלוקינו האָט אױך געגעבן אין אונדזער האַנט עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, און מיר האָבן אים געשלאָגן ביז אים נישט צו לאָזן אַן איבערבלײַב. 4 און מיר האָבן באַצװוּנגען אין יענער צײַט אַלע זײַנע שטעט; נישט געװען אַ שטאָט װאָס מיר האָבן נישט צוגענומען פֿון זײ; זעכציק שטעט, די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ, דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹג אין בָשָן. 5 אַלע די דאָזיקע זײַנען געװען באַפֿעסטיקטע שטעט מיט הױכע מױערן, מיט טױערן און ריגלען, אַחוץ אָפֿענע שטעט זײער פֿיל. 6 און מיר האָבן זײ פֿאַרװיסט, אַזױ װי מיר האָבן געטאָן צו סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן – פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט, מענער, װײַבער, און קלײנע קינדער. 7 נאָר אַלע בהמות, און דעם זאַקרױב פֿון די שטעט, האָבן מיר גערױבט פֿאַר זיך.

8 און מיר האָבן אַװעקגענומען אין יענער צײַט דאָס לאַנד פֿון דער האַנט פֿון די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי װאָס אױף דער זײַט יַרדן, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חֶרמוֹן – 9 די צידוֹנים רופֿן דעם חֶרמוֹן, שִׂריוֹן, און די אֶמוֹרים רופֿן אים שׂניר – 10 אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד, און גאַנץ גִלעָד, און גאַנץ בָשָן, ביז סַלכָה און אֶדרֶעִי, שטעט פֿון עוֹגס קיניגרײַך אין בָשָן. 11 װאָרעם נאָר עוֹג דער מלך פֿון בָשָן איז געבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים; אָט זײַן בעט, אַן אײַזערן בעט, איז דאָך אין רַבָה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. נײַן אײלן איז איר לענג, און פֿיר אײלן איר ברײט, אױף דער אײל פֿון אַ מאַן.

12 און דאָס דאָזיקע לאַנד האָבן מיר געאַרבט אין יענער צײַט. פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם טאָל אַרנוֹן, און אַ העלפֿט פֿון דעם געבערג פֿון גִלעָד, מיט אירע שטעט, האָב איך געגעבן צו די ראובֿנים און צו די גָדים. 13 און דעם רעשט פֿון גִלעָד, און גאַנץ בָשָן, דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹגן, האָב איך געגעבן צום האַלבן שבֿט מנַשֶה; די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ – יענער גאַנצער בָשָן װערט גערופֿן דאָס לאַנד פֿון די רפֿאים. 14 יָאיר דער זון פֿון מנַשֶה האָט גענומען די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און האָט זײ – בָשָן – גערופֿן אױף זײַן נאָמען חַווֹת-יָאיר, װי ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 15 און צו מָכירן האָב איך געגעבן גִלעָד. 16 און צו די ראובֿנים און צו די גָדים האָב איך געגעבן פֿון גִלעָד און ביזן טאָל אַרנוֹן, דעם מיטן טאָל און דעם ברעג, און ביזן טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; 17 און דעם פּלױן מיטן יַרדן און דעם ברעג, פֿון כִּנֶרֶת און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה, צו מזרח.

18 און איך האָב אײַך באַפֿױלן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: ה׳ אלוקיכם האָט אײַך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד עס צו אַרבן; זאָלט איר, אַלע העלדישע יונגען, אַריבערגײן געװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר אײַערע ברידער, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 19 בלױז אײַערע װײַבער און אײַערע קלײנע קינדער און אײַער פֿיך – איך װײס, אַז איר האָט פֿיל פֿיך – זאָלן בלײַבן אין אײַערע שטעט, װאָס איך האָב אײַך געגעבן;

20 ביז װאַנען ג-ט װעט באַרוען אײַערע ברידער אַזױ װי אײַך, און זײ אױך װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט זײ אױף יענער זײַט יַרדן; דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן אַרב, װאָס איך האָב אײַך געגעבן. 21 און יְהוֹשועַן האָב איך באַפֿױלן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: דײַנע אױגן האָבן געזען אַלץ װאָס ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן צו די דאָזיקע צװײ מלכים; אַזױ װעט ג-ט טאָן צו אַלע קיניגרײַכן װאָס דו גײסט אַהין אַריבער. 22 איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ אלוקיכם איז דער װאָס האַלט מלחמה פֿאַר אײַך.

וָאֶתְחַנָן

23 און איך האָב געבעטן צו ה׳ אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן:

24 ה׳ דו אֲדֹנָי, דו האָסט אָנגעהױבן װײַזן דײַן קנעכט דײַן גרױסקײט און דײַן שטאַרקע האַנט; װאָרעם װער איז דער אֵל אין הימל אָדער אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן אַזױ װי דײַנע טוּונגען און אַזױ װי דײַנע גבֿורות? 25 לאָמיך אַריבערגײן, איך בעט דיך, און לאָמיך זען דאָס גוטע לאַנד װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, דאָס דאָזיקע שײנע געבערג, און דעם לבֿנוֹן. 26 אָבער ה׳ האָט געצערנט אױף מיר פֿון װעגן אײַך, און האָט נישט צוגעהערט צו מיר; און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: גענוג דיר! זאָלסט מער נישט רעדן צו מיר װעגן דער דאָזיקער זאַך. 27 גײ אַרױף צום שפּיץ פּסגָה, און הײב אױף דײַנע אױגן צו מערבֿ, און צו צפֿון, און צו דָרום, און צו מזרח, און קוק אָן מיט דײַנע אױגן, װאָרעם װעסט נישט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן.

28 און גיב איבער דײַן צַװָאֶה צו יְהוֹשועַן, און שטאַרק אים, און פֿעסטיק אים, װאָרעם ער װעט אַריבערגײן פֿאַרױס פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט זײ מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו װעסט זען.

29 און מיר זײַנען געבליבן אין טאָל אַקעגן בֵית-פּעוֹר.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-