1 קײנער זאָל נישט נעמען זײַן פֿאָטערס װײַב, און נישט אַנטפּלעקן זײַן פֿאָטערס צודעק.
2 אַ צעדריקטער אָדער אַ פֿאַרשניטענער אין די שאַנדגלידער זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון ה׳.
3 אַ ממזר זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון ה׳; צו מאָל דער צענטנער דור פֿון אים זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון ה׳.
4 אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל נישט קומען אין דער עדה פֿון ה׳; צו מאָל דער צענטנער דור זאָל נישט קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון ה׳, ביז אײביק; 5 דערפֿאַר װאָס זײ זײַנען אײַך נישט אַקעגנגעקומען מיט ברױט און מיט װאַסער אונטער װעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און װאָס ער האָט געדונגען אױף דיר בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן פֿון פּתוֹר אין אַרַם-נַהרַיִם, דיך צו שילטן; 6 נאָר ה׳ דײַן ג-ט האָט נישט געװאָלט צוהערן צו בִלעָמען, און ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה; װײַל ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך ליב. 7 זאָלסט נישט זוכן זײער פֿריד און זײער װױלזײַן, אַלע דײַנע טעג אױף אײביק.
8 זאָלסט נישט פֿאַראומװערדיקן אַן אַדוֹמי, װאָרעם ער איז דײַן ברודער; זאָלסט נישט פֿאַראומװערדיקן אַ מִצרי, װאָרעם דו ביסט געװען אַ פֿרעמדער אין זײַן לאַנד. 9 די קינדער װאָס װערן געבאָרן פֿון זײ, דער דריטער דור, מעגן קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון ה׳.
10 אַז דו װעסט אַרױסגײן אין לאַגער אַקעגן דײַנע פֿײַנט, זאָלסטו זײַן אָפּגעהיט פֿון איטלעכער שלעכטער זאַך. 11 אַז צװישן דיר װעט זײַן אַ מאַן װאָס װעט נישט זײַן רײן, דורך אַ נאַכטיקער סיבה, זאָל ער אַרױסגײן אױסן לאַגער; ער טאָר נישט אַרײַנקומען אין לאַגער. 12 און עס זאָל זײַן: אַקעגן אָװנט זאָל ער זיך באָדן אין װאַסער, און װי די זון גײט אונטער, זאָל ער אַרײַנקומען אין לאַגער.
13 און אַן אָרט זאָלסטו האָבן אױסן לאַגער, און אַהין זאָלסטו גײן אַרױס. 14 און אַ פֿלעקל זאָלסטו האָבן בײַ דײַן װאַפֿן; און עס װעט זײַן, אַז דו זעצסט זיך דרױסן, זאָלסטו דערמיט אױפֿגראָבן, און זיך אומקערן און פֿאַרדעקן דײַן קױט. 15 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט גײט אום אין מיטן פֿון דײַן לאַגער, דיך צו באַשירעמען, און איבערצוגעבן דײַנע פֿײַנט צו דיר; דערום זאָל דײַן לאַגער זײַן הײליק, כּדי ער זאָל נישט זען בײַ דיר אַ מיאוסע זאַך, און זיך אָפּקערן פֿון דיר.
16 זאָלסט נישט איבערענטפֿערן אַ קנעכט צו זײַן האַר, אַז ער װעט זיך ראַטעװען צו דיר פֿון זײַן האַר. 17 בײַ דיר זאָל ער זיצן, אין דײַן מיט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן, װוּ אים איז בעסער; זאָלסט אים נישט קריװדען.
18 עס זאָל נישט זײַן אַ שאַנדפֿרױ פֿון די טעכטער פֿון יִשׂרָאֵל, און עס זאָל נישט זײַן אַ שאַנדיונג פֿון די זין פֿון יִשׂרָאֵל.
19 זאָלסט נישט ברענגען דעם לױן פֿון אַ זוֹנה, און דאָס געצאָלט פֿון אַ הונט, אין דעם הױז פֿון ה׳ דײַן ג-ט, פֿאַר אַ שום נדר, װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט זײַנען זײ בײדע.
20 זאָלסט נישט לײַען דײַן ברודער אױף צינזן; צינזן פֿון געלט, צינזן פֿון עסנװאַרג, צינזן פֿון יעטװעדער זאַך װאָס טראָגט צינזן. 21 דעם פֿרעמדן מעגסטו לײַען אױף צינזן, אָבער דײַן ברודער טאָרסטו נישט לײַען אױף צינזן; כּדי ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך, אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן.
22 אַז דו װעסט מנדר זײַן אַ נדר צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו זיך נישט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן; װאָרעם מאָנען װעט אים מאָנען ה׳ דײַן ג-ט פֿון דיר, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד. 23 אױב אָבער דו װעסט זיך פֿאַרמײַדן פֿון מנדר זײַן, װעט אױף דיר נישט זײַן קײן זינד.
24 װאָס גײט אַרױס פֿון דײַן מױל זאָלסטו אָפּהיטן, און זאָלסט טאָן אַזױ װי דו האָסט פֿרײַװיליק מנדר געװען צו ה׳ דײַן ג-ט – װאָס דו האָסט אַרױסגערעדט מיט דײַן מױל.
25 אַז דו קומסט אין דײַן חבֿרס װײַנגאָרטן, מעגסטו עסן װײַנטרױבן צו זאַט װיפֿל דו װילסט, אָבער אין דײַן כּלי זאָלסטו נישט אַרײַנטאָן.
26 אַז דו קומסט אין דײַן חבֿרס תּבֿואה, מעגסטו אָפּרײַסן זאַנגען מיט דײַן האַנט, אָבער אַ שנײַדמעסער טאָרסטו נישט אױפֿהײבן אױף דײַן חבֿרס תּבֿואה.