1 פֿאַרנעמט איר הימלען, און איך װעל רעדן,
און זאָל הערן די ערד די רײד פֿון מײַן מױל.
2 זאָל טריפֿן װי רעגן מײַן לערנונג,
זאָל רינען װי טױ מײַן װאָרט;
װי אַ גוסרעגן אױף גראָז
און װי שפּרײרעגן אױף קרײַטעכץ.
3 װאָרעם דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן;
גיט גרױסקײט צו אלוקינו.
4 דער פֿעלדז – זײַן װערק איז גאַנץ,
װײַל אַלע זײַנע װעגן זײַנען רעכט;
אַן אֵל פֿון געטרײַשאַפֿט, און אָן אומרעכט,
גערעכט און רעכטפֿאַרטיק איז ער.
5 איז פֿון אים די פֿאַרדאַרבונג? נײן!
זײַנע קינדער, זײערס איז דער פֿעלער;
אַ קרומער און פֿאַרדרײטער דור.
6 װילט איר אַזױ ה׳ פֿאַרגעלטן,
געמײן און אומקלוג פֿאָלק?
איז ער נישט דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געקױפֿן?
ער – װאָס האָט דיך געמאַכט און אײנגעריכטעט?
7 געדענק די טעג פֿון פֿאַרצײַטן,
באַטראַכט פֿון דור-דורות די יאָרן,
פֿרעג דײַן פֿאָטער, ער זאָל דיר דערצײלן,
דײַנע זקנים, זײ זאָלן דיר זאָגן.
8 װען דער עליון האָט באַטײלט די אומות,
װען ער האָט צעשײדט די קינדער פֿון מענטשן,
האָט ער געשטעלט די געמאַרקן פֿון פֿעלקער,
לױט דער צאָל פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
9 װאָרעם דער חלק פֿון ה׳ איז זײַן פֿאָלק,
יעקבֿ דער טײל פֿון זײַן נחלה.
10 ער האָט אים געפֿונען אין מדבר-לאַנד,
און אין װיסטן געװױ פֿון דער װילדערניש,
אים אַרומגערינגלט, אים געמאַכט פֿאַרשטײן, אים אױפֿגעפּאַסט,
אים אָפּגעהיט װי זײַן אױגאַפּל.
11 װי אַן אָדלער װעקט זײַן נעסט,
פֿלאַטערט איבער זײַנע יונגע,
שפּרײט זײַנע פֿלעדערן און נעמט זײ,
טראָגט זײ אױף זײַן פֿליגל –
12 האָט ה׳ אַלײן אים געפֿירט,
און נישט געװען מיט אים אַ פֿרעמדער ג-ט.
13 ער האָט אים געזעצט אױף די הײכן פֿון דער ערד,
און ער האָט געגעסן די פֿרוכטן פֿון פֿעלד;
און ער האָט אים געמאַכט זױגן האָניק פֿון פֿעלדז,
און אײל פֿון קיזלשטײן;
14 שמאַנט פֿון רינדער, און מילך פֿון שאָף,
מיט פֿעטס פֿון לעמער,
און װידערס פֿון בָשָן און בעק,
מיט נירנפֿעטס פֿון װײץ;
און פֿון טרױבנבלוט טרינקסטו שױמיקן װײַן.
15 און ישוּרוּן איז פֿעט געװאָרן און האָט געבריקעט –
ביסט פֿעט, ביסט דיק, ביסט גראָב געװאָרן;
און ער האָט פֿאַרלאָזט אֱלוֹהַּ װאָס האָט אים באַשאַפֿן,
און געשענדט דעם פֿעלדז פֿון זײַן הילף.
16 זײ האָבן אים דערצערנט מיט קִנְאָה מיט פֿרעמדגעטער,
מיט אומװערדיקײטן אים דערבײזערט.
17 זײ האָבן מקריבֿ צו די שדים, און נישט צו ג-ט,
ג‑טער װאָס זײ האָבן זײ נישט געקענט,
נײַע אָקערשט געקומענע,
װאָס אײַערע עלטערן האָבן זיך פֿאַר זײ נישט געפֿאָרכט.
18 אָן דעם פֿעלדז װאָס האָט דיך געבאָרן האָסטו נישט געדאַכט,
און פֿאַרגעסן דעם אֵל װאָס האָט דיך געהאַט.
19 און ה׳ האָט געזען און האָט פֿאַראַכט,
איבער דער דערצערענונג פֿון זײַנע זין און זײַנע טעכטער.
20 און ער האָט געזאָגט: איך װעל פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ.
איך װעל זען װאָס װעט זײַן זײער סוף;
װאָרעם אַ פֿאַרקערטער דור זײַנען זײ,
קינדער אָן טרײַשאַפֿט אין זײ.
21 זײ האָבן מיך דערצערנט מיט קִנְאָה
מיט דעם װאָס איז נישט קײן ג-ט,
מיך דערבײזערט מיט זײערע נישטיקײטן,
און איך װעל זײ דערצערענען מיט קִנְאָה מיט װאָס זענען נישט אַ פֿאָלק,
מיט אַ נאַרישעם פֿאָלק װעל איך זײ דערצערענען.
22 װאָרעם אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז,
און עס ברענט ביז דער טיפֿער שְׁאֹול,
און פֿאַרצערט די ערד מיט איר געװעקס,
און צעפֿלאַמט די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג.
23 איך װעל אױסלאָזן אױף זײ בײזן,
איך װעל מײַנע פֿײַלן פֿאַרלענדן אױף זײ:
24 דאַרונג פֿון הונגער, און צערונג פֿון היץ,
און ביטערע פּעסט;
און דעם צאָן פֿון חיות װעל איך שיקן אױף זײ:
מיט גיפֿט פֿון די שטױבקריכערס.
25 דרױסן װעט אַװעקנעמען די שװערד,
און אין די קאַמערן די אימה;
אי דעם בחור אי די מײדל,
דעם זױגעדיקן מיטן גרײַזגראָען מאַן.
26 איך װאָלט געזאָגט: איך װעל זײ פֿאַרלענדן,
איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון מענטשן זײער זֵכר;
27 װען איך פֿאָרכט נישט דעם שׂונאס דערצערענונג,
זײערע פֿײַנט זאָלן נישט אױסלײגן פֿאַלש;
נישט זאָגן: אונדזער האַנט איז דערהױבן,
און נישט ה׳ האָט דאָס אַלצדינג געטאָן.
28 װאָרעם אַ פֿאָלק אָן באַראָט זײַנען זײ,
און נישטאָ קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ.
29 אַז זײ װאָלטן קלוג געװען, װאָלטן זײ דאָס באַטראַכט,
זײ װאָלטן באַקלערט זײער סוף:
30 װי קען אײנער יאָגן טױזנט,
און צװײ פֿאַרטרײַבן צען טױזנט,
װען נישט זײער פֿעלדז האָט זײ איבערגעגעבן,
און ה׳ האָט זײ איבערגעענטפֿערט?
31 װאָרעם נישט װי אונדזער פֿעלדז איז זײער פֿעלדז;
און מעגן אונדזערע שָׂונאים אַנטשײדן.
32 װאָרעם פֿון װײַנשטאָק פֿון סדוֹם איז זײער װײַנשטאָק,
און פֿון די פֿעלדער פֿון עַמוֹרָה;
זײערע טרױבן זײַנען טרױבן פֿון גיפֿט,
ביטערע הענגלעך זײַנען בײַ זײ.
33 סם פֿון שלאַנגען איז זײער װײַן,
און אומדערבאַרעמדיק פּיפּערנאָטערגיפֿט.
34 פֿאַר װאָר, דאָס איז באַהאַלטן בײַ מיר,
פֿאַרחתמעט אין מײַנע שאַצקאַמערן;
35 איך האַלט נקמה און באַצאָלונג
פֿאַר דער צײַט װען זײער פֿוס װעט זיך אױסגליטשן;
װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון זײער בראָך,
און אײַליק קומט װאָס איז אָנגעברײט פֿאַר זײ.
36 װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק,
און אױף זײַנע קנעכט זיך דערבאַרעמען,
װען ער זעט אַז אױסגעגאַנגען איז די קראַפֿט,
און קײן מוטערמענטש איז נישטאָ;
37 און ער װעט זאָגן: װוּ זײַנען זײערע ג‑טער,
דער פֿעלדז װאָס זײ האָבן זיך געשיצט אין אים?
38 װאָס האָבן דאָס פֿעטס פֿון זײערע שלאַכטאָפּפֿער געגעסן,
געטרונקען דעם װײַן פֿון זײער גיסאָפּפֿער?
זאָלן זײ אױפֿשטײן און אײַך העלפֿן;
זאָל ער זײַן איבער אײַך אַ פֿאַרבאָרגעניש.
39 זעט אַצונד אַז איך, איך בין דאָס,
און נישטאָ קײן ג-ט מיט מיר;
איך טײט און מאַך לעבעדיק,
איך פֿאַרװוּנד און איך הײל,
און פֿון מײַן האַנט איז נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.
40 װאָרעם איך הײב צום הימל מײַן האַנט,
און זאָג: אַזױ װי איך לעב אײביק,
41 װען איך שאַרף דעם בליץ פֿון מײַן שװערד,
און מײַן האַנט װעט צום משפּט זיך נעמען,
װעל איך אומקערן נקמה צו מײַנע פֿײַנט,
און מײַנע שָׂונאים װעל איך באַצאָלן.
42 איך װעל אָנשיכּורן מײַנע פֿײַלן מיט בלוט,
און מײַן שװערד װעט זיך אָנעסן מיט פֿלײש –
מיט בלוט פֿון דערשלאָגענע און געפֿאַנגענע,
מיט די לאַנגהאָריקע קעפּ פֿון דעם פֿײַנט.
43 באַזינגט, איר אומות, זײַן פֿאָלק,
װאָרעם פֿאַרן בלוט פֿון זײַנע קנעכט װעט ער זיך נוֹקם זײַן,
און נקמה װעט ער אומקערן צו זײַנע פֿײַנט,
און פֿאַרגיטיקן זײַן לאַנד און זײַן פֿאָלק.
44 און משה איז געקומען און האָט גערעדט אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין די אױערן פֿון פֿאָלק, ער און הוֹשֵעַ דער זון פֿון נון. 45 און װי משה האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, 46 האָט ער צו זײ געזאָגט: לײגט צו אײַער האַרץ צו אַלע װערטער װאָס איך זאָג אײַך הײַנט אָן, אַז איר זאָלט זײ באַפֿעלן צו אײַערע קינדער, צו היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה. 47 װאָרעם דאָס איז נישט אַ הױל גערײד פֿאַר אײַך, נײַערט דאָס איז אײַער לעבן, און דורך דער דאָזיקער זאַך װעט איר מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס איר גײט אַהין אַריבער דעם יַרדן, זי צו אַרבן.
48 און ה׳ האָט גערעדט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 49 גײ אַרױף צו דעם דאָזיקן באַרג עַבֿרים, דעם באַרג נבֿוֹ װאָס אין לאַנד מוֹאָבֿ, װאָס אַקעגן יריחוֹ, און קוק אָן דאָס לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אײגנטום.
50 און שטאַרב אױף דעם באַרג װאָס דו גײסט אַהין אַרױף, און װער אײַנגעזאַמלט צו דײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַן ברודער אַהרֹן איז געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר, און איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. 51 פֿאַר װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן מיר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, בײַם װאַסער פֿון מריבֿת-קָדֵש, אין מדבר צִין, פֿאַר װאָס איר האָט מיך נישט געהײליקט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 52 נאָר פֿון דער װײַטן װעסטו זען דאָס לאַנד, אָבער קומען אַהין װעסטו נישט, אין דעם לאַנד װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.