1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, צװישן אַ װידערשפּעניקן געזינדל זיצסטו, װאָס האָבן אױגן צו זען, און זעען נישט, װאָס האָבן אױערן צו הערן, און הערן נישט, װײַל אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 3 און דו מענטשנקינד, מאַך דיר װאַנדער-כּלים, און װאַנדער אױס בײַ טאָג פֿאַר זײערע אױגן; און זאָלסט װאַנדערן פֿון דײַן אָרט צו אַן אַנדער אָרט פֿאַר זײערע אױגן; אפֿשר װעלן זײ אײַנזען הגם אַ װידערשפּעניק געזינדל זײַנען זײ. 4 און זאָלסט אַרױסטראָגן דײַנע כּלים אַזױ װי װאַנדער-כּלים בײַ טאָג פֿאַר זײערע אױגן; און דו זאָלסט אַרױסגײן אין אָװנט פֿאַר זײערע אױגן, אַזױ װי מע גײט אַרױס אין גלות. 5 פֿאַר זײערע אױגן גראָב דיר דורך די װאַנט, און טראָג אַרױס דורך איר. 6 פֿאַר זײערע אױגן זאָלסטו אױפֿן אַקסל טראָגן, אין שטאָקפֿינצטערניש זאָלסטו אַרױסטראָגן; דײַן פּנים זאָלסטו פֿאַרדעקן, און נישט אָנקוקן דאָס לאַנד; װאָרעם אַ צײכן האָב איך דיך געמאַכט פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
7 און איך האָב געטאָן אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן: מײַנע כּלים האָב איך אַרױסגעטראָגן אַזױ װי װאַנדער-כּלים בײַ טאָג, און אין אָװנט האָב איך מיר דורך-געגראָבן די װאַנט מיט דער האַנט; אין שטאָקפֿינצטערניש האָב איך אַרױסגעטראָגן; אױפֿן אַקסל האָב איך געטראָגן פֿאַר זײערע אױגן.
8 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אין דער פֿרי, אַזױ צו זאָגן: 9 מענטשנקינד, האָבן נישט געזאָגט צו דיר דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, דאָס װידערשפּעניקע געזינדל: װאָס טוסטו? 10 זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: די דאָזיקע נבֿואה איז אױף דעם פֿירשט אין ירושָלַיִם, און אױף דעם גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײ זײַנען צװישן זײ. 11 זאָג: איך בין אײַער צײכן; װי איך האָב געטאָן, אַזױ װעט געטאָן װערן צו זײ: אין גלות, אין געפֿאַנגענשאַפֿט װעלן זײ גײן. 12 און דער פֿירשט װאָס צװישן זײ װעט אױפֿן אַקסל טראָגן, און אין שטאָקפֿינצטערניש װעט ער אַרױסגײן; די װאַנט װעט מען דורכגראָבן אים אַרױסצופֿירן דורך איר; זײַן פּנים װעט ער פֿאַרדעקן, כּדי ער זאָל נישט אָנקוקן מיטן אױג דאָס לאַנד. 13 און איך װעל אױסשפּרײטן מײַן נעץ אױף אים, און ער װעט געפֿאַנגען װערן אין מײַן פּאַסטקע; און איך װעל אים ברענגען קײן בָבֿל אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים, אָבער ער װעט עס נישט אָנקוקן, הגם דאָרטן װעט ער שטאַרבן. 14 און אַלע װאָס רונד אַרום אים, זײַנע העלפֿער, און אַלע זײַנע מחנות, װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן, און אַ שװערד װעל איך אַרױסציען הינטער זײ. 15 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך צעװאַרף זײ צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעשפּרײטן אין די לענדער. 16 נאָר געצײלטע מענטשן פֿון זײ װעל איך איבערלאָזן פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, כּדי זײ זאָלן דערצײלן אַלע זײערע אומװערדיקײטן צװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
17 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18 מענטשנקינד, דײַן ברױט זאָלסטו מיט ציטערניש עסן, און דײַן װאַסער זאָלסטו מיט אומרו און מיט זאָרג טרינקען. 19 און זאָלסט זאָגן צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ װעגן די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל: זײער ברױט װעלן זײ מיט זאָרג עסן, און זײער װאַסער װעלן זײ מיט באַנומעניש טרינקען, װײַל איר לאַנד װעט פֿאַרװיסט װערן פֿון איר פֿולקײט, פֿון װעגן דעם אומרעכט פֿון אַלע װאָס װױנען אין איר. 20 און די באַזעצטע שטעט װעלן חרובֿ װערן, און דאָס לאַנד װעט אַ װיסטעניש זײַן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.
21 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 22 מענטשנקינד, װאָס איז דאָס דאָזיקע װערטל בײַ אײַך אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: עס לענגערן זיך די טעג, און צו נישט װערט איטלעכע זעונג? 23 דערום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: איך פֿאַרשטער דאָס דאָזיקע װערטל, און מע װעט עס מער נישט זאָגן אין יִשׂרָאֵל. נײַערט רעד צו זײ: עס גענענען די טעג, און די געשעונג פֿון איטלעכער זעונג. 24 װאָרעם מער װעט נישט זײַן קײן פֿאַלשע זעונג און גלאַטע װאָרזאָגערײַ אין הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 25 נײַערט איך ה׳ װעל רעדן, װאָסער װאָרט איך װעל רעדן, און עס װעט געשען; עס װעט זיך מער נישט פֿאַרציִען. װאָרעם אין אײַערע טעג, איר װידערשפּעניק געזינדל, װעל איך רעדן אַ װאָרט, און װעל עס טאָן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
26 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 27 מענטשנקינד, זע, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט: די זעונג װאָס ער זעט איז אױף פֿיל טעג אַרום, און אױף װײַטע צײַטן זאָגט ער נבֿיאות. 28 דערום זאָג צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: מער װעלן זיך נישט פֿאַרציִען אַלע מײַנע װערטער; אַז איך װעל רעדן אַ װאָרט, װעט עס געשען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.