1 און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט אױפֿן װעג צום אױסנװײניקסטן טױער פֿון דעם מִקדָש װאָס איז געװען געקערט צו מזרח, און ער איז געװען פֿאַרשלאָסן. 2 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: דער דאָזיקער טױער זאָל זײַן פֿאַרשלאָסן, עס זאָל נישט געעפֿנט װערן, און קײנער זאָל דורך אים נישט אַרײַנגײן, װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל איז אַרײַנגעגאַנגען דורך אים, דערום זאָל ער זײַן פֿאַרשלאָסן. 3 דער פֿירשט, װײַל ער איז אַ פֿירשט, ער מעג זיצן דרינען צו עסן ברױט פֿאַר ה׳; דורכן פֿירהױז פֿון טױער זאָל ער אַרײַנגײן, און דורך אים זאָל ער אַרױסגײן.
4 און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם טױער פֿון צפֿון צו דער פֿאָדערזײַט פֿון הױז, און איך האָב געזען, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳; בין איך געפֿאַלן אױף מײַן פּנים. 5 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, לײג צו דײַן האַרץ, און זע מיט דײַנע אױגן, און מיט דײַנע אױערן הער, אַלץ װאָס איך רעד מיט דיר װעגן אַלע געזעצן פֿון דעם הױז פֿון ה׳, און װעגן אַלע זײַנע דינים; און זאָלסט צולײגן דײַן האַרץ צו דעם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז מיט אַלע אױסגאַנגען פֿון דעם מִקדָש. 6 און זאָלסט זאָגן צו די װידערשפּעניקע, צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: גענוג אײַך פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, 7 מיט אײַער ברענגען פֿרעמדגעבאָרענע, אומבאַשניטענע אין האַרצן און אומבאַשניטענע אין פֿלײש צו זײַן אין מײַן מִקדָש, כּדי עס צו פֿאַרשװעכן – מײַן הױז, װען איר זײַט מקריבֿ מײַן שפּײַז, דאָס פֿעטס און דאָס בלוט; און זײ האָבן פֿאַרשטערט מײַן ברית, צו אַלע אײַערע אַנדערע אומװערדיקײטן. 8 און איר האָט נישט געהיט די היטונג פֿון מײַנע הײליקײטן, און האָט אײַך זײ געמאַכט פֿאַר היטער פֿון מײַן היטונג אין מײַן מִקדָש.
9 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: קײן פֿרעמד-געבאָרענער, אומבאַשניטן אין האַרצן און אומבאַשניטן אין פֿלײש, זאָל נישט אַרײַנקומען אין מײַן מִקדָש – קײן פֿרעמד-געבאָרענער װאָס צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 10 נײַערט די לוִיִים װאָס האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר, װען די יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט, די װאָס האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר נאָך זײערע אָפּגעטער, זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; 11 און זײ זאָלן זײַן משרתים אין מײַן מִקדָש, געשטעלטע בײַ די טױערן פֿון הױז, און משרתים פֿון דעם הױז; זײ זאָלן שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דעם שלאַכטאָפּפֿער פֿאַרן פֿאָלק, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר זײ, זײ צו באַדינען. 12 װײַל זײ פֿלעגן זײ באַדינען פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און פֿלעגן זײַן דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד, דערום האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט װעגן זײ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז זײ זאָל טראָגן זײער זינד; 13 און זײ זאָלן נישט גענענען צו מיר צו טאָן כּהן-דינסט צו מיר, און צו גענענען צו אַלע מײַנע הײליקײטן, צו די הײליקסטע הײליקײטן; און זײ זאָלן טראָגן זײער שאַנד, און זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן. 14 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר היטער פֿון דער היטונג פֿון הױז, פֿאַר אַל זײַן דינסט, און פֿאַר אַלץ װאָס דאַרף געטאָן װערן אין אים.
15 אָבער די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי, די קינדער פֿון צָדוֹק, װאָס האָבן געהיט די היטונג פֿון מײַן מִקדָש, װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר, זײ זאָלן גענענען צו מיר, מיר צו דינען, און זײ זאָלן שטײן פֿאַר מיר, מקריבֿ צו זײַן צו מיר דאָס פֿעטס און דאָס בלוט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 16 זײ זאָלן קומען אין מײַן מִקדָש, און זײ זאָלן גענענען צו מײַן טיש מיר צו דינען, און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג. 17 און עס זאָל זײַן, אַז זײ גײען אַרײַן אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, זאָלן זײ אָנטאָן פֿלאַקסענע קלײדער, און װאָל זאָל נישט אַרױפֿקומען אױף זײ, װען זײ דינען אין די טױערן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף, אָדער אינעװײניק. 18 פֿלאַקסענע קאָפּדעקן זאָלן זײַן אױף זײערע קעפּ, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײערע לענדן; זײ זאָלן זיך נישט אָנטאָן מיט אַ שװיציקער זאַך. 19 און אַז זײ גײען אַרױס אין דעם אױסנװײניקסטן הױף – אין דעם אױסנװײניקסטן הױף צום פֿאָלק, זאָלן זײ אױסטאָן זײערע קלײדער װאָס זײ דינען אין זײ, און זײ אַװעקלײגן אין די הײליקע קאַמערן, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, כּדי זײ זאָלן נישט מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק מיט זײערע קלײדער. 20 און זײער קאָפּ זאָלן זײ נישט גאָלן, און לאַנגע האָר זאָלן זײ נישט פֿאַרלאָזן; אָפּשערן זאָלן זײ זײערע קעפּ. 21 און װײַן זאָל קײן כּהן נישט טרינקען, װען זײ גײען אַרײַן אין דעם אינעװײניקסטן הױף. 22 און אַן אַלמנה און אַ גרושה זאָלן זײ זיך נישט נעמען פֿאַר װײַבער, נאָר בלױז יונגפֿרױען פֿון דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; אָבער די אַלמנה װאָס איז אַן אַלמנה פֿון אַ כּהן, מעגן זײ נעמען. 23 און זײ זאָלן מײַן פֿאָלק לערנען צװישן הײליקן און אומהײליקן, און זײ מאַכן װיסן צװישן רײנעם און אומרײנעם. 24 און בײַ אַ שטרײַטזאַך זאָלן זײ שטײן צו משפּטן; מיט מײַנע משפּטים זאָלן זײ אים משפּטן; און מײַנע דינים און מײַנע געזעצן אין אַלע מײַנע יוֹם-טובֿים זאָלן זײ היטן, און מײַנע שבתים זאָלן זײ האַלטן הײליק. 25 און צו אַ טױטן מענטשן זאָל ער נישט צוגײן צו װערן אומרײן; נאָר בלױז אָן אַ פֿאָטער, און אָן אַ מוטער, און אָן אַ זון, און אָן אַ טאָכטער, אָן אַ ברודער, און אָן אַ שװעסטער װאָס האָט נאָך נישט געהאַט קײן מאַן, מעגן זײ זיך פֿאַראומרײניקן. 26 און נאָך זײַן רײניקונג זאָל מען אים צײלן זיבן טעג. 27 און אין דעם טאָג װאָס ער קומט אין הײליקטום, אין דעם אינעװײניקסטן הױף, צו דינען אין הײליקטום, זאָל ער מקריבֿ זײַן זײַן זינדאָפּפֿער, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
28 און דאָס זאָל זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה: איך בין זײער נחלה; און קײן אײגנטום זאָלט איר זײ נישט געבן אין יִשׂרָאֵל: איך בין זײער אײגנטום. 29 דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס זינדאָפּפֿער, און דאָס שולדאָפּפֿער, דאָס זאָלן זײ עסן; און איטלעכער חרם אין יִשׂרָאֵל זאָל געהערן צו זײ. 30 און דאָס ערשטע פֿון אַלע ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ, און איטלעכע אָפּשײדונג פֿון װאָס עס איז, פֿון אַלע אײַערע אָפּשײדונגען, זאָל געהערן צו די כּהנים; אױך דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן צום כּהן, כּדי צו מאַכן רוען אַ ברכה אױף דײַן הױז. 31 קײן געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס פֿון פֿױגלען און פֿון בהמות זאָלן די כּהנים נישט עסן.