Publicidade

Ezequiel 21

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים אַקעגן דָרום, און רעד צום דָרום, און זאָגט נבֿיאות אױף דעם װאַלד פֿון פֿעלד אין דָרום; 3 און זאָלסט זאָגן צום װאַלד פֿון דָרום: הער דאָס װאָרט פֿון ה׳: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך צינד אָן אין דיר אַ פֿײַער, און עס װעט פֿאַרצערן אין דיר איטלעך פֿײַכטן בױם און איטלעך טרוקענעם בױם; די פֿלאַמפֿײַער װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן, און אַלע פּנימער פֿון דָרום ביז צפֿון װעלן אָנגעברענט װערן דערפֿון. 4 און אַלע לײַבער װעלן זען, אַז איך ה׳ האָב זײ אָנגעצונדן; זי װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן. 5 האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, זײ זאָגן אױף מיר: איז ער נישט אַ משלים-זאָגער?

6 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 7 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו ירושָלַיִם, און רעד צו די מִקדָש, און זאָג נבֿיאות אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל. 8 און זאָלסט זאָגן צו דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך קום צו דיר, און איך װעל אַרױסציען מײַן שװערד פֿון איר שײד, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רשע. 9 װײַל איך װיל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר דעם צדיק מיטן רשע, דערום װעט אַרױסגײן מײַן שװערד פֿון איר שײד אױף אַלע לײַבער פֿון דָרום ביז צפֿון. 10 און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך ה׳ האָב אַרױסגעצױגן מײַן שװערד פֿון איר שײד; זי װעט זיך מער נישט אומקערן.

11 און דו מענטשנקינד, זיפֿץ; מיט ברעכעניש פֿון לענדן און מיט ביטערקײט זאָלסטו זיפֿצן פֿאַר זײערע אױגן. 12 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר; אױף װאָס זיפֿצסטו? זאָלסטו זאָגן: אױף דער הערונג װאָס קומט: און איטלעך האַרץ װעט צעגײן, און אַלע הענט װעלן שלאַף װערן, און איטלעך געמיט װעט באַטריבט װערן, און אַלע קני װעלן רינען מיט װאַסער. זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

13 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 14 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן:

אַזױ האָט אֲדֹנָי געזאָגט: זאָג: אַ שװערד, אַ שװערד איז געשאַרפֿט,

און איז אױך געשליפֿן;

כּדי צו שעכטן אַ שעכטונג איז זי געשאַרפֿט,

15 כּדי צו האָבן אַ בליץ איז זי געשליפֿן – װײ, עס פֿאַרגײט דער רוט פֿון מײַן זון! – ער פֿאַראַכט יעדן בױם. 16 און מע האָט זי געגעבן צו שלײַפֿן, אױף צו נעמען אין פֿױסט; זי איז געשאַרפֿט, די שװערד, און זי איז געשליפֿן, זי צו געבן אין האַנט פֿון דעם טײטער. 17 שרײַ און יאָמער, דו מענטשנקינד, װאָרעם זי איז אױף מײַן פֿאָלק, זי איז אױף אַלע פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל; איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַנען זײ מיט מײַן פֿאָלק; דערום שלאָג אױפֿן לענד. 18 װאָרעם ער װעט געפּרוּװט װערן; און װאָס אױב דער פֿאַראַכטנדיקער רוט װעט נישט קומען? זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

19 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און קלאַפּ אַ האַנט אױף אַ האַנט, און זאָל די שװערד פֿאַרטאָפּלט װערן דרײַפֿאַכיק; דאָס איז די שװערד פֿאַר די װאָס דאַרפֿן דערשלאָגן װערן, די שװערד פֿאַר דעם גרױסן װאָס דאַרף דערשלאָגן װערן, װאָס רינגלט זײ אַרום. 20 כּדי דאָס האַרץ זאָל צעגײן, און צו מערן די שטרױכלונגען, האָב איך אױף אַלע זײערע טױערן געבראַכט דעם שרעק פֿון שװערד; װײ, זי איז צו בליצן געמאַכט, צו שעכטונג געשאַרפֿט. 21 פֿאַרנעם זיך רעכטס, פֿאַרקער זיך לינקס, װוּהין דײַן שאַרף איז געקערט! 22 און איך אױך װעל קלאַפּן אַ האַנט אױף אַ האַנט, און װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן; איך ה׳ האָב גערעדט.

23 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 24 און דו מענטשנקינד, מאַך דיר צװײ װעגן, פֿאַר דעם שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל צו קומען; פֿון אײן לאַנד זאָלן זײ בײדע אַרױסגײן. און אַ װעגװײַזער שטעל אױף; בײַם אָנהײב װעג צו דער שטאָט שטעל אים אױף. 25 מאַך אַ װעג פֿאַר דער שװערד צו קומען אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און אױף יהוּדה אין ירושָלַיִם באַפֿעסטיקט. 26 װאָרעם דער מלך פֿון בָבֿל שטעלט זיך בײַ דער שײדונג פֿון װעג, בײַם אָנהײב פֿון בײדע װעגן, צו טרעפֿן מיט כּישוף; ער שאָקלט מיט פֿײַלן, ער פֿרעגט בײַ דעם תּרָפֿים, ער קוקט אין אַ לעבער. 27 אין זײַן רעכטער האַנט איז דער גורל אױף ירושָלַיִם אָנצושטעלן שטורעמבעק, צו עפֿענען דאָס מױל מיט רציחה, אױפֿצוהײבן דעם קֹול אין געשרײ, צו שטעלן שטורעמבעק אױף די טױערן, אָנצושיטן אַן ערדװאַל, צו בױען אַ באַלעגער-מױער. 28 און בײַ זײ װעט עס זײַן װי אַ פֿאַלשער כּישוף אין זײערע אױגן; װאָכן אױף װאָכן האָבן זײ נאָך! אָבער דאָס מאַכט דערמאָנען די זינד, אַז זײ זאָלן געכאַפּט װערן.

29 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל איר האָט געמאַכט דערמאָנען אײַערע זינד, װען אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, אַזױ אַז אײַערע זינד װײַזן זיך אַרױס אין אַלע אײַערע מעשׂים – װײַל איר זײַט דערמאָנט געװאָרן, װעט איר מיט דער האַנט געכאַפּט װערן. 30 און דו רשע פֿאַרשװעכטער, דו פֿירשט פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַן טאָג איז געקומען אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג, 31 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַװעק די הױב! און אַראָפּ די קרױן! דאָס איז נישט מער דאָס! דאָס נידעריקע דערהײבן, און דעם הױכן דערנידערן! 32 אַ חורבֿן, אַ חורבֿן, אַ חורבֿן װעל איך עס מאַכן; יאָ, דאָס װעט מער נישט זײַן, ביז עס קומט דער װעמען עס געהערט, און איך װעל עס אים געבן.

33 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ אױף די קינדער פֿון עַמוֹן, און אױף זײער לעסטערונג; און זאָלסט זאָגן: שװערד, דו געצױגענע שװערד, צו שעכטונג געשליפֿן, צום אױסהאַלטן, כּדי בליציק צו זײַן – 34 בעת מע זעט װעגן דיר פֿאַלשקײט, בעת מע װאָרזאָגט װעגן דיר ליגן – דיך צו לײגן אױף די העלדזער פֿון רשעים פֿאַרשװעכטע, װאָס זײער טאָג איז געקומען, אין דער צײַט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג! – 35 קער זי אום אין איר שײד! – אין דעם אָרט װוּ דו ביסט געשאַפֿן געװאָרן, אין דעם לאַנד פֿון דײַן אָפּשטאַמונג, װעל איך דיך משפּטן. 36 און איך װעל אױסגיסן אױף דיר מײַן כּעס; מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן װעל איך בלאָזן אױף דיר, און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון מענטשן ברוטאַל מײַנסטערס אױף אומצוברענגען. 37 צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז װעסטו זײַן; דײַן בלוט װעט זײַן אין מיטן לאַנד; װעסט מער נישט געדאַכט װערן; װאָרעם איך ה׳ האָב גערעדט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-