Publicidade

Ezequiel 36

1 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן: בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳. 2 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דער פֿײַנט האָט אױף אײַך געזאָגט: אַהאַ! אױך די אײביקע הײכן זײַנען אונדז צו ירושה געװאָרן. 3 דערום זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל און באַװײַל מע האָט אײַך פֿאַרװיסט און אײַנגעשלונגען פֿון רונד אַרום, כּדי איר זאָלט װערן אַ ירושה פֿאַר די איבעריקע פֿעלקער, און איר זײַט געקומען אױף דעם גערײד פֿון צינגער, און דער באַרײדערײַ פֿון מענטשן, 4 דערום איר בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳ דעם האַר: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן, און צו די װיסטע חורבֿות, און צו די פֿאַרלאָזענע שטעט, װאָס זײַנען געװאָרן צו רױב און צו שפּאָט בײַ די איבעריקע פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום – 5 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: פֿאַר װאָר, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט װעגן די איבעריקע פֿעלקער, און װעגן אֶדוֹם אין גאַנצן, װאָס האָבן געמאַכט מײַן לאַנד פֿאַר זיך פֿאַר אַ ירושה, מיט שׂימחה פֿון גאַנצן האַרצן, מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל, כּדי עס צו פֿאַרטרײַבן צוליב רױב. 6 דערום זאָג נבֿיאות איבער דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, אין מײַן כּעס און אין מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט, װײַל די שאַנד פֿון די פֿעלקער האָט איר געטראָגן. 7 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: איך הײב אױף מײַן האַנט, אױב די פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום אײַך, זײ גופֿא, װעלן טראָגן זײער שאַנד!

8 און איר, בערג פֿון יִשׂרָאֵל, װעט געבן אײַערע צװײַגן, און טראָגן אײַער פֿרוכט, פֿאַר מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; װאָרעם זײ זײַנען נאָנט צו קומען. 9 װאָרעם אָט קום איך צו אײַך, און איך װעל זיך קערן צו אײַך, און איר װעט באַאַרבעט װערן, און פֿאַרזײט װערן. 10 און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן, דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל אין גאַנצן; און די שטעט װעלן באַזעצט װערן, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. 11 און איך װעל מערן אױף אײַך מענטשן און בהמות, און זײ װעלן זיך מערן און פֿרוכפּערן; און איך װעל אײַך באַזעצן װי אין אײַערע פֿריִערדיקע צײַטן, און װעל אײַך באַגיטיקן מער װי אין אײַער אָנהײב; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 12 און איך װעל מאַכן אומגײן אױף אײַך מענטשן, מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; און זײ װעלן דיך אַרבן, און װעסט זײ זײַן פֿאַר אַ נחלה, און װעסט זײ מער נישט װידער פֿאַרװאַרפֿן. 13 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל מע זאָגט צו אײַך: אַ מענטשנעסערין ביסטו, און אַ פֿאַרװאַרפֿערין פֿון פֿעלקער ביסטו געװאָרן. 14 דערום װעסטו מענטשן מער נישט עסן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער נישט פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 15 און איך װעל דיך מער נישט מאַכן הערן די שאַנד פֿון די פֿעלקער, און די חרפּה פֿון די אומות װעסטו מער נישט טראָגן, און דײַנע פֿעלקער װעסטו מער נישט מאַכן שטרױכלען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

16 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 17 מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זיצנדיק אױף זײער ערד, האָבן זײ זי פֿאַראומרײניקט מיט זײער װעג און מיט זײערע מעשׂים; אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון אַן אָפּגעזונדערטער פֿרױ איז געװען זײער װעג פֿאַר מיר. 18 און איך האָב אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן גרימצאָרן פֿאַר דעם בלוט װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אין לאַנד, און װײַל מיט זײערע אָפּגעטער האָבן זײ עס פֿאַראומרײניקט. 19 און איך האָב זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און זײ זײַנען צעװאָרפֿן געװאָרן אין די לענדער; לױט זײער װעג און לױט זײערע מעשׂים האָב איך זײ געמשפּט. 20 און אַז זײ זײַנען געקומען צו די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין, האָבן זײ פֿאַרשװעכט מײַן הײליקן נאָמען, אַז מע האָט אױף זײ געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון ה׳ זײַנען די דאָזיקע, און פֿון זײַן לאַנד קומען זײ אַרױס. 21 און איך האָב געשױנט מײַן הײליקן נאָמען, װאָס דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט אים פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געקומען אַהין.

22 דערום זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: נישט פֿון אײַערט װעגן טו איך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, נײַערט פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן די פֿעלקער װאָס איר זײַט געקומען אַהין. 23 און איך װעל הײליקן מײַן גרױסן נאָמען, װאָס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װאָס איר האָט פֿאַרשװעכט צװישן זײ; און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, װען איך װער געהײליקט דורך אײַך פֿאַר זײערע אױגן. 24 און איך װעל אײַך צונױפֿנעמען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע לענדער, און אײַך ברענגען אױף אײַער ערד. 25 און איך װעל שפּריצן אױף אײַך רײנע װאַסער, און איר װעט רײן װערן; פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן און פֿון אַלע אײַערע אָפּגעטער װעל איך אײַך רײניקן. 26 און איך װעל אײַך געבן אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון אײַער לײַב, און װעל אײַך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש. 27 און מײַן גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און װעל מאַכן אַז אין מײַנע חוקים זאָלט איר גײן, און מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן און טאָן. 28 און איר װעט װױנען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן אײַערע עלטערן, און איר װעט זײַן מײַן פֿאָלק, און איך װעל זײַן אײַער אלֹקים. 29 און איך װעל אײַך העלפֿן פֿון אַלע אײַערע אומרײנקײטן, און איך װעל רופֿן צו דער תּבֿואה, און װעל זי מערן, און װעל נישט געבן אױף אײַך קײן הונגער. 30 און איך װעל מערן די פֿרוכט פֿון בױם, און די װאַקסונג פֿון פֿעלד, כּדי איר זאָלט מער נישט אױסשטײן די חרפּה פֿון הונגער צװישן די פֿעלקער. 31 און איר װעט זיך דערמאָנען אײַערע שלעכטע װעגן, און אײַערע מעשׂים װאָס זײַנען נישט גוט געװען, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן איבער אײַערע זינד און איבער אײַערע אומװערדיקײטן. 32 נישט פֿון אײַערט װעגן טו איך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; זאָל דאָס באַװוּסט זײַן צו אײַך; זײַט אין בושה און שעמט אײַך פֿאַר אײַערע װעגן, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל.

33 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס איך רײניק אײַך פֿון אַלע אײַערע זינד, װעל איך באַזעצן די שטעט, און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן. 34 און דאָס פֿאַרװיסטע לאַנד װעט באַאַרבעט װערן, אַנשטאָט װאָס עס איז געװען אַ װיסטעניש פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן דורכגײער. 35 און מע װעט זאָגן: דאָס דאָזיקע לאַנד דאָס פֿאַרװיסטע איז געװאָרן װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן, און די שטעט די חרבֿע און פֿאַרװיסטע און צעשטערטע זײַנען באַפֿעסטיקטע באַזעצט. 36 און װיסן װעלן די פֿעלקער װאָס װעלן איבערבלײַבן רונד אַרום אײַך, אַז איך ה׳ האָב אָפּגעבױט די צעשטערטע ערטער, האָב באַפֿלאַנצט דאָס פֿאַרװיסטע; איך ה׳ האָב גערעדט און װעל טאָן.

37 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אױך דערין װעל איך זיך לאָזן דערבעטן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײ צו טאָן: איך װעל זײ מערן מענטשן װי שאָף. 38 װי די הײליקע שאָף, װי די שאָף פֿון ירושָלַיִם אין אירע יוֹם-טובֿים, אַזױ װעלן זײַן די חרבֿע שטעט פֿול מיט מענטשנשאָף; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-