1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די פּאַסטוכער פֿון יִשׂרָאֵל; זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו זײ, צו די פּאַסטוכער: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײ, די פּאַסטוכער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן! דאַרפֿן נישט די פּאַסטוכער די שאָף פֿיטערן? 3 דאָס פֿעטס עסט איר אױף, און מיט דער װאָל באַקלײדט איר זיך, די פֿעטע טוט איר שעכטן; די שאָף פֿיטערן טוט איר נישט. 4 די שלאַפֿע האָט איר נישט געשטאַרקט, און די קראַנקע האָט איר נישט געהײלט, און די צעבראָכענע האָט איר נישט אַרומגעבונדן, און די פֿאַרשטױסענע האָט איר נישט אומגעקערט, און די פֿאַרלאָרענע האָט איר נישט געזוכט, און מיט געװאַלט האָט איר געװעלטיקט איבער זײ, און מיט האַרטיקײט. 5 און זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל זײ זײַנען צעשפּרײט געװען. 6 האָבן געבלאָנדזשעט מײַנע שאָף אױף אַלע בערג, און אױף איטלעכן הױכן בערגל; און איבערן גאַנצן געזיכט פֿון דער ערד זײַנען צעשפּרײט געװאָרן מײַנע שאָף, און נישט געװען קײן פֿרעגער און קײן זוכער.
7 דערום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 8 אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, פֿאַר װאָר, װײַל מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו רױב, און מײַנע שאָף זײַנען געװאָרן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד, װײַל אָן אַ פּאַסטוך, און מײַנע פּאַסטוכער האָבן נישט נאָכגעפֿרעגט אױף מײַנע שאָף, און די פּאַסטוכער האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן, און מײַנע שאָף האָבן זײ נישט געפֿיטערט, 9 דערום, איר פּאַסטוכער, הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 10 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו די פּאַסטוכער, און װעל מאָנען מײַנע שאָף פֿון זײער האַנט, און װעל זײ אָפּשאַפֿן פֿון פֿיטערן שאָף, און די פּאַסטוכער װעלן מער נישט פֿיטערן זיך אַלײן; און איך װעל מציל זײַן מײַנע שאָף פֿון זײער מױל, און זײ װעלן מער נישט זײַן זײ צו שפּײַז.
11 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אָט בין איך, און איך װעל נאָכפֿרעגן אױף מײַנע שאָף, און איך װעל זײ אױפֿזוכן. 12 װי אַ פּאַסטוך זוכט נאָך זײַן סטאַדע אין דעם טאָג װאָס ער איז צװישן זײַנע שאָף די צעשפּרײטע, אַזױ װעל איך נאָכזוכן מײַנע שאָף; און איך װעל זײ מציל זײַן פֿון אַלע ערטער װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין אין דעם טאָג פֿון װאָלקן און נעבל. 13 און איך װעל זײ אַרױסציען פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, און װעל זײ ברענגען אױף זײער ערד; און איך װעל זײ פֿיטערן אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, בײַ די שטראָמען, און אין אַלע װױנערטער פֿון לאַנד. 14 אױף אַ גוטער פֿיטערונג װעל איך זײ פֿיטערן, און אױף די הױכע בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײַן זײער לאָנקע; דאָרטן װעלן זײ הױערן אין אַ גוטער לאָנקע, און אַ פֿעטע פֿיטערונג װעלן זײ זיך פֿיטערן אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. 15 איך װעל פֿיטערן מײַנע שאָף, און איך װעל זײ מאַכן הױערן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 16 די פֿאַרלאָרענע װעל איך אױפֿזוכן, און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אומקערן, און די צעבראָכענע װעל איך אַרומבינדן, און די קראַנקע װעל איך שטאַרקן, און די פֿעטע און די שטאַרקע װעל איך פֿאַרטיליקן; מיט גערעכטיקײט װעל איך זײ פֿיטערן.
17 און איר מײַנע שאָף, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זעט, איך משפּט צװישן אַ לאַם און אַ לאַם, די װידערס און די בעק. 18 װינציק אײַך װאָס די בעסטע פֿיטערונג פֿיטערט איר אײַך, אַז דעם איבערבלײַב פֿון אײַער פֿיטערונג צעטראַמפּלט איר מיט אײַערע פֿיס? און װאָס קלאָר װאַסער טרינקט איר, אַז דאָס איבעריקע צעקױטיקט איר מיט אײַערע פֿיס? 19 און מײַנע שאָף פֿיטערן זיך אױף װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעטראַמפּלט, און טרינקען װאָס אײַערע פֿיס האָבן צעקױטיקט.
20 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט צו זײ: אָט בין איך, און איך װעל משפּטן צװישן דעם פֿעטן לאַם און דעם מאָגערן לאַם. 21 װײַל מיט דער זײַט און מיטן אַקסל שטופּט איר, און מיט אײַערע הערנער שטױסט איר, אַלע שלאַפֿע, ביז איר האָט זײ צעשפּרײט דערױסן, 22 דערום װעל איך העלפֿן מײַנע שאָף, און זײ װעלן מער נישט זײַן צו רױב; און איך װעל משפּטן צװישן אַ לאַם און אַ לאַם. 23 און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ אײן פּאַסטוך װאָס װעט זײ פֿיטערן – מײַן קנעכט דָוִד; ער װעט זײ פֿיטערן, און ער װעט זײ זײַן צום פּאַסטוך. 24 און איך ה׳ װעל זײ זײַן פֿאַר אלֹקים, און מײַן קנעכט דָוִד נשיא צװישן זײ; איך ה׳ האָב גערעדט.
25 און איך װעל זײ שליסן אַ ברית פֿון שלום, און װעל פֿאַרשטערן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און זײ װעלן זיצן אין מדבר אין זיכערקײט, און שלאָפֿן אין די װעלדער. 26 און איך װעל מאַכן זײ און רונד אַרום מײַן באַרג פֿאַר אַ בענטשונג; און איך װעל מאַכן נידערן דעם רעגן אין זײַן צײַט; געבענטשטע רעגנס װעלן דאָס זײַן. 27 און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט, און די ערד װעט געבן איר געװעקס; און זײ װעלן זײַן אױף זײער ערד אין זיכערקײט; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך צעברעך די שטאַנגען פֿון זײער יאָך, און װעל זײ מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די װאָס אַרבעטן מיט זײ. 28 און זײ װעלן מער נישט זײַן אַ רױב פֿאַר די פֿעלקער, און די חיה פֿון לאַנד װעט זײ נישט פֿאַרצערן; און זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, און קײנער װעט נישט שרעקן. 29 און איך װעל זײ אױפֿשטעלן אַ פֿלאַנצונג פֿאַר אַ שם, און עס װעלן מער נישט זײַן אין לאַנד אױסגעגאַנגענע פֿון הונגער, און זײ װעלן מער נישט טראָגן די שאַנד פֿון די פֿעלקער. 30 און זײ װעלן װיסן אַז איך ה׳ זײער ג-ט בין מיט זײ, און זײ, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײַנען מײַן פֿאָלק, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 31 און איר זײַט מײַנע שאָף; די מענטשנשאָף פֿון מײַן פֿיטערונג זײַט איר; און איך בין אלוקיכם זאָגט אֲדֹנָי ה׳.