Publicidade

Ezequiel 8

1 און עס איז געװען אין זעקסטן יאָר, אין זעקסטן חודש, אין פֿינפֿטן טאָג פֿון חודש, װי איך זיץ אין מײַן הױז, און די עלטסטע פֿון יהוּדה זיצן פֿאַר מיר, אַזױ איז דאָרטן געפֿאַלן אױף מיר די האַנט פֿון אֲדֹנָי ה׳. 2 און איך האָב געזען, ערשט אַ געשטאַלט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון פֿײַער: פֿון דעם אױסזען פֿון זײַנע לענדן און אַראָפּ פֿײַער, און פֿון זײַנע לענדן און אַרױף אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון גלאַנציקײט, אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בורשטין. 3 און ער האָט אױסגעשטרעקט אַ געשטאַלט פֿון אַ האַנט, און האָט מיך אָנגענומען פֿאַר אַ לאָק פֿון מײַן קאָפּ, און דער גײַסט האָט מיך געטראָגן צװישן ערד און צװישן הימל, און האָט מיך געבראַכט אין זעונגען פֿון אלֹקים קײן ירושָלַיִם, צום אײַנגאַנג פֿון דעם אינעװײניקסטן טױער װאָס איז געקערט צו צפֿון, װאָס דאָרטן איז געװען דער אָרט פֿון דעם סֶמֶל קִנְאָה װאָס דערצערנט קִנְאָה. 4 ערשט דאָרטן איז די פּראַכט פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ װי די זעונג װאָס איך האָב געזען אין טאָל.

5 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן קעגן צפֿון. האָב איך אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן קעגן צפֿון, ערשט אין צפֿון פֿון דעם טױער פֿון מזבח איז דאָס דאָזיקע סֶמֶל קִנְאָה, בײַם אײַנגאַנג. 6 און ער האָט צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, דו זעסט װאָס זײ טוען? די גרױסע אומװערדיקײטן װאָס דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל טוט דאָ, כּדי איך זאָל מיך דערװײַטערן פֿון מײַן מִקדָש? און װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן.

7 און ער האָט מיך געבראַכט צום אײַנגאַנג פֿון הױף, און איך האָב געזען, ערשט אַ לאָך איז אין דער װאַנט. 8 האָט ער צו מיר געזאָגט: מענטשנקינד, גראָב אַקאָרשט אין דער װאַנט. און איך האָב געגראָבן אין דער װאַנט, ערשט אַן אײַנגאַנג. 9 האָט ער צו מיר געזאָגט: גײ אַרײַן, און זע די בײזע אומװערדיקײטן װאָס זײ טוען דאָ. 10 בין איך אַרײַנגעגאַנגען, און האָב געזען, ערשט אַלערלײ אומװערדיקע געשטאַלטן פֿון שרצים און בהמות, און אַלערלײ אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זײַנען אױסגעקריצט אױף דער װאַנט רונד אַרום. 11 און פֿאַר זײ שטײען זיבעציק מאַן פֿון די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און יַאֲזַניָהוּ דער זון פֿון שָפָֿנען שטײט אין מיטן פֿון זײ, און איטלעכער מיט זײַן רײכערפֿאַן אין זײַן האַנט, און אַ דיקער װאָלקן פֿון דעם װײַרעך גײט אױף. 12 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד, װאָס די עלטסטע פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל טוען אין דער פֿינצטערניש, איטלעכער אין זײַנע בילדערקאַמערן? װאָרעם זײ זאָגן: ה׳ זעט אונדז נישט, פֿאַרלאָזן האָט ה׳ דאָס לאַנד. 13 און ער האָט צו מיר געזאָגט: װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װאָס זײ טוען.

14 און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם טױעראײַנגאַנג פֿון ה׳ס הױז װאָס צו צפֿון, ערשט דאָרטן זיצן די װײַבער און באַװײנען תַּמוּזן. 15 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד? װעסט נאָך װײַטער זען גרעסערע אומװערדיקײטן װי די דאָזיקע.

16 און ער האָט מיך געבראַכט צו דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון ה׳ס הױז, ערשט בײַם אײַנגאַנג פֿון ה׳ס הֵיכל, צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח, זײַנען אַרום פֿינף און צװאַנציק מאַן, מיט זײערע רוקנס צום הֵיכל פֿון ה׳, און זײערע פּנימער צו מזרח, און זײ בוקן זיך קעגן מזרח צו דער זון. 17 האָט ער צו מיר געזאָגט: האָסטו געזען, מענטשנקינד? קנאַפּ איז דעם הױז פֿון יהוּדה צו טאָן די אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן דאָ געטאָן, אַז זײ האָבן נאָך אָנגעפֿילט דאָס לאַנד מיט אומרעכט, און האָבן מיך װידער און װידער דערצערנט; און אָט לײגן זײ צו דעם צװײַג צו זײער נאָז. 18 דערום װעל איך אױך טאָן מיט גרימצאָרן; מײַן אױג װעט נישט שױנען, און איך װעל נישט דערבאַרעמען; און זײ װעלן שרײַען אין מײַן אױער אױף אַ הױך קֹול, און איך װעל זײ נישט צוהערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-