Publicidade

Ezequiel 39

1 און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף גוֹגן, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו דיר, גוֹג, דו פֿירשט פֿון ראָש, מֶשֶך און תּובַֿל. 2 און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און דיך פֿירן, און װעל דיך אױפֿברענגען פֿון די עקן פֿון צפֿון, און דיך ברענגען אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און איך װעל אַרױסשלאָגן דײַן בױגן פֿון דײַן לינקער האַנט, און דײַנע פֿײַלן װעל איך פֿון דײַן רעכטער האַנט מאַכן אַרױספֿאַלן. 4 אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעסטו פֿאַלן, דו, און אַלע דײַנע מחנות, און די פֿעלקער װאָס מיט דיר; פֿאַר אַלערלײ געפֿליגלטע רױבפֿױגלען און די חיות פֿון פֿעלד, האָב איך דיך געגעבן צו שפּײַז. 5 אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעסטו פֿאַלן, װאָרעם איך האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 6 און איך װעל אָנשיקן אַ פֿײַער אױף מָגוֹג, און אױף די װאָס זיצן אױף די אינדזלען אין זיכערקײט; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

7 און מײַן הײליקן נאָמען װעל איך באַװוּסט מאַכן צװישן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און איך װעל מער נישט לאָזן פֿאַרשװעכט װערן מײַן הײליקן נאָמען; און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך ה׳ בין הײליק אין יִשׂרָאֵל. 8 זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דאָס איז דער טאָג װאָס איך האָב אָנגעזאָגט. 9 און די באַװױנער פֿון די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל װעלן אַרױסגײן, און װעלן ברענען און הײצן מיט װאַפֿן און שילדן און האַנטשילד, מיט בױגנס און מיט פֿײַלן, און מיט האַנטשטעקנס און מיט שפּיזן, און זײ װעלן ברענען פֿײַער דערמיט זיבן יאָר. 10 און זײ װעלן נישט נעמען האָלץ פֿון פֿעלד, און נישט האַקן פֿון די װעלדער, נײַערט מיטן װאַפֿן װעלן זײ ברענען פֿײַער; און זײ װעלן באַראַבעװען זײערע באַראַבעװער, און באַרױבן זײערע רױבער, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

11 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך געבן גוֹגן אַן אָרט פֿאַר אַ קבֿר אין יִשׂרָאֵל, דעם טאָל פֿון די דורכגײער צום מזרח פֿון ים; און עס װעט פֿאַרשפּאַרן די דורכגײער דעם װעג; און מע װעט דאָרטן באַגראָבן גוֹגן און זײַן גאַנצן המון, און מע װעט עס רופֿן גֵי-הַמוֹן-גוֹג. 12 און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײ באַגראָבן זיבן חדשים נאָכאַנאַנד, כּדי צו רײניקן דאָס לאַנד. 13 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זײ באַגראָבן; און זײ װעט זײַן פֿאַר אַ שם דער טאָג װאָס איך װער געערלעכט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 14 און שטענדיקע לײַט װעט מען אָפּשײדן װאָס װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, צו באַגראָבן מיט די דורכגײער די װאָס זײַנען געבליבן אױפֿן געזיכט פֿון לאַנד, כּדי עס צו רײניקן – צום סוף פֿון זיבן חדשים װעלן זײ עס דורכזוכן. 15 און אַז די דורכגײער װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, און עמעצער װעט דערזען אַ בײן פֿון אַ מענטשן, װעט ער אױפֿשטעלן דערבײַ אַ צײכן, ביז די באַגרעבער װעלן אים באַגראָבן אין גֵי-הַמוֹן-גוֹג. 16 און הַמוֹנה װעט אױך זײַן דער נאָמען פֿון אַ שטאָט. אַזױ װעלן זײ רײניקן דאָס לאַנד.

17 און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זאָג צו אַלערלײ געפֿליגלטע פֿױגלען, און צו אַלע חיות פֿון פֿעלד: זאַמלט אײַך אײַן, און קומט; קלײַבט אײַך אױף פֿון רונד אַרום צו מײַן שלאַכטונג װאָס איך שלאַכט פֿאַר אײַך, אַ גרױסע שלאַכטונג אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און איר װעט עסן פֿלײש, און טרינקען בלוט. 18 פֿלײש פֿון גיבוֹרים װעט איר עסן, און בלוט פֿון פֿירשטן פֿון דער ערד װעט איר טרינקען; װידערס, לעמער, און בעק, אָקסן, געשטאָפּטע פֿון בָשָן אַלע. 19 און איר װעט עסן פֿעטס צו זאַט, און װעט טרינקען בלוט צום שכּור װערן, פֿון מײַן שלאַכטונג װאָס איך האָב געשלאַכט פֿאַר אײַך. 20 און איר װעט זיך זעטן בײַ מײַן טיש מיט פֿערד און רײַטער, מיט גיבוֹרים און אַלערלײ מלחמה-לײַט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

21 און איך װעל געבן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער, און אַלע פֿעלקער װעלן זען מײַן משפּט װאָס איך האָב געטאָן, און מײַן האַנט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף זײ. 22 און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט װיסן פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער, אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט. 23 און די פֿעלקער װעלן װיסן, אַז דורך זײערע זינד איז אין גלות אַװעק דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, און איך האָב פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ; און איך האָב זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד אַלע. 24 לױט זײער אומרײנקײט און לױט זײערע פֿאַרברעכן האָב איך געטאָן מיט זײ, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ.

25 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַצונד װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ, און װעל דערבאַרעמען דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל; און איך װעל זיך האָב אײפֿער פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען. 26 און זײ װעלן טראָגן זײער שאַנד, און זײער גאַנצע פֿעלשונג װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, װען זײ זיצן אױף זײער ערד אין זיכערקײט, און קײנער שרעקט זײ נישט; 27 װען איך קער זײ צוריק פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער פֿון זײערע פֿײַנט, און װעל געהײליקט װערן דורך זײ פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות. 28 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט, װען איך פֿאַרטרײַב זײ צו די אומות, און װעל זײ דערנאָך אײַנזאַמלען אױף זײער ערד; און איך װעל פֿון זײ מער נישט איבערלאָזן דאָרטן. 29 און איך װעל מער נישט פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, װאָרעם איך האָב אױסגעגאָסן מײַן גײַסט אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-