1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
יאָמערט: װײ איבער דעם טאָג!
3 װאָרעם נאָנט איז דער טאָג,
יאָ, נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳;
אַ טאָג פֿון װאָלקן,
די שטראָפֿצײַט פֿון די פֿעלקער װעט עס זײַן.
4 און אַ שװערד װעט קומען אױף מִצרַיִם,
און אַ ציטערניש װעט זײַן אין כּוּש,
װען דערשלאָגענע פֿאַלן אין מִצרַיִם;
און מע װעט אַװעקנעמען איר שפֿע,
און אירע גרונטפֿעסטן װעלן צעשטערט װערן.
5 כּוּש, און פּוּט, און לוד, און אַלע געמישטע פֿעלקער, און כּוּבֿ, און די קינדער פֿון דעם לאַנד פֿון ברית, װעלן מיט זײ דורכן שװערד פֿאַלן.
6 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
פֿאַלן װעלן אױך די אונטערלענער פֿון מִצרַיִם,
און נידערן װעט איר שטאָלצע מאַכט;
פֿון מִגדוֹל ביז סוֵנֵה װעלן זײ פֿאַלן דורכן שװערד אין איר,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
7 און זײ װעלן פֿאַרװיסט זײַן צװישן פֿאַרװיסטע לענדער,
און זײַנע שטעט װעלן זײַן צװישן חרבֿע שטעט.
8 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳,
װען איך מאַך אַ פֿײַער אין מִצרַיִם,
און אַלע אירע העלפֿער װעלן צעבראָכן װערן.
9 אין יענעם טאָג װעלן שלוחים אַרױסגײן פֿון מיר אין שיפֿן, אױפֿצושרעקן כּוּש די זיכערע; און אַ ציטערניש װעט זײַן בײַ זײ װי אין טאָג פֿון מִצרַיִם; װאָרעם זע, עס קומט!
10 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
איך װעל אױך פֿאַרטיליקן דעם המון פֿון מִצרַיִם,
דורך דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל.
11 ער און זײַן פֿאָלק מיט אים,
די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער,
װערן געבראַכט אומצוברענגען דאָס לאַנד;
און זײ װעלן אַרױסציען זײערע שװערדן אױף מִצרַיִם,
און װעלן אָנפֿילן דאָס לאַנד מיט דערשלאָגענע.
12 און איך װעל מאַכן די טײַכן אַ טריקעניש,
און װעל איבערענטפֿערן דאָס לאַנד
אין דער האַנט פֿון שלעכטע;
און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד מיט איר פֿולקײט,
דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;
איך ה׳ האָב גערעדט.
13 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
איך װעל אױך אונטערברענגען די אָפּגעטער,
און װעל פֿאַרשטערן די געצן פֿון נוֹף;
און קײן פֿירשט װעט מער נישט זײַן פֿון לאַנד מִצרַיִם;
און איך װעל מאַכן אַ מורא אין לאַנד מִצרַיִם.
14 און איך װעל פֿאַרװיסטן פַּתרוֹס,
און װעל מאַכן אַ פֿײַער אין צוֹעַן,
און טאָן אַ משפּט אין נוֹא.
15 און איך װעל אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף סין,
דער פֿעסטונג פֿון מִצרַיִם;
און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם המון פֿון נוֹא.
16 און איך װעל מאַכן אַ פֿײַער אין מִצרַיִם;
דרײען אין װײטאָג װעט זיך דרײען סין,
און נוֹא װעט אײַנגעבראָכן װערן,
און אױף נוֹף װעלן קומען פֿײַנד בײַ טאָג.
17 די יונגעלײַט פֿון אוֹן און פּי-בֶסֶת װעלן דורכן שװערד פֿאַלן,
און זײ װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן.
18 און אין תַּחְפַּנְחֵס װעט אױפֿהערן דער טאָג,
װען איך צעברעך דאָרטן די יאָכשטאַנגען פֿון מִצרַיִם;
און איר שטאָלצע מאַכט װעט פֿאַרשטערט װערן אין איר;
זי אַלײן װעט אַ װאָלקן באַדעקן,
און אירע טעכטערשטעט װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן.
19 און איך װעל טאָן אַ משפּט אין מִצרַיִם;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
20 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין זיבעטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 21 מענטשנקינד, איך האָב צעבראָכן דעם אָרעם פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זע, ער איז נישט פֿאַרבונדן געװאָרן צו ברענגען אַ רפֿואה דורך אַרױפֿטאָן אַ װיקלבאַנד, אים צו פֿאַרבינדן, ער זאָל װערן שטאַרק צו האַלטן אַ שװערד. 22 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און װעל צעברעכן זײַנע אָרעמס, דעם געזונטן, און דעם צעבראָכענעם; און איך װעל מאַכן אַרױספֿאַלן די שװערד פֿון זײַן האַנט. 23 און איך װעל צעשפּרײטן מִצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער. 24 און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. און װעל געבן מײַן שװערד אין זײַן האַנט; און איך װעל צעברעכן די אָרעמס פֿון פַּרעהן, און ער װעט קרעכצן פֿאַר אים קרעכצן פֿון אַ דערשטאָכענעם. 25 און איך װעל שטאַרקן די אָרעמס פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און די אָרעמס פֿון פַּרעהן װעלן אַראָפּפֿאַלן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך גיב מײַן שװערד אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי אױסשטרעקן קעגן לאַנד מִצרַיִם. 26 און איך װעל צעשפּרײטן מִצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעל זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.