Publicidade

2 Samuel 21

1 און עס איז געװען אַ הונגער אין די טעג פֿון דָוִדן, דרײַ יאָר, אַ יאָר נאָך אַ יאָר, און דָוִד האָט געזוכט דעם פּנים פֿון ה׳. האָט ה׳ געזאָגט: דאָס איז פֿון װעגן שָאולן און פֿון װעגן דעם בלוטיקן הױז, פֿאַר װאָס ער האָט געטײט די גִבֿעוֹנים.

2 האָט דער מלך גערופֿן די גִבֿעוֹנים, און ער האָט צו זײ גערעדט – און די גִבֿעוֹנים זײַנען נישט געװען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, נאָר פֿון דעם איבערבלײַב פֿון אֶמוֹרי; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשװאָרן צו זײ; און שָאול האָט זײ געזוכט צו דערשלאָגן אין זײַן אײפֿערדיקײט פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה – 3 און דָוִד האָט געזאָגט צו די גִבֿעוֹנים: װאָס זאָל איך אײַך טאָן, און מיט װאָס קען איך מכַפּר זײַן, אַז איר זאָלט בענטשן די נחלה פֿון ה׳? 4 האָבן די גִבֿעוֹנים צו אים געזאָגט: אונדז קומט נישט קײן זילבער און גאָלד פֿון שָאולן און פֿון זײַן הױז, און אונדז גײט נישט דערום צו טײטן אַ מענטשן פֿון יִשׂרָאֵל. האָט ער געזאָגט: װאָס פֿאַרלאַנגט איר, איך זאָל אײַך טאָן? 5 האָבן זײ געזאָגט צום מלך: דער מאַן װאָס האָט אונדז פֿאַרלענדט, און װאָס האָט געפּלאַנט קעגן אונדז ביז מיר זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון צו האָבן אַ באַשטאַנד אין גאַנצן גבֿול פֿון יִשׂרָאֵל, 6 פֿון זײַנע קינדער זאָלן אונדז איבערגעגעבן װערן זיבן מאַן, און מיר װעלן זײ אױפֿהענגען פֿאַר ה׳ אױפֿן בערגל פֿון שָאול, דעם אױסדערװײלטן פֿון ה׳. האָט דער מלך געזאָגט: איך װעל געבן.

7 און דער מלך האָט געשױנט מפֿיבֿוֹשת דעם זון פֿון יהוֹנָתָן דעם זון פֿון שָאולן, איבער דער שבֿועה פֿון ה׳ װאָס צװישן זײ, צװישן דָוִדן און צװישן יהוֹנָתָן דעם זון פֿון שָאולן. 8 האָט דער מלך גענומען די צװײ זין פֿון רִצפָּה דער טאָכטער פֿון אַיָהן, װאָס זי האָט געבאָרן פֿון שָאולן, אַרמוֹנין און מפֿיבֿוֹשתן, און די פֿינף זין פֿון מִיכל דער טאָכטער פֿון שָאולן, װאָס זי האָט געבאָרן פֿון עַדריאֵל דעם זון פֿון בַרזִלַין, פֿון מחוֹלָה; 9 און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די גִבֿעוֹנים, און זײ האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אױפֿן באַרג פֿאַר ה׳; און זײ זײַנען אומגעקומען אַלע זיבן אין אײנעם. און זײ זײַנען געטײט געװאָרן אין די ערשטע טעג פֿון שניט, אין אָנהײב גערשטנשניט.

10 און רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן האָט גענומען אַ זאַק, און האָט עס זיך אױסגעשפּרײט אױפֿן פֿעלדז, פֿון אָנהײב שניט ביז עס האָט זיך אַראָפּגעגאָסן אױף זײ װאַסער פֿון הימל. און זי האָט נישט געלאָזט אַ פֿױגל פֿון הימל זיך אַראָפּלאָזן אױף זײ בײַ טאָג, און אַ חיה פֿון פֿעלד בײַ נאַכט.

11 איז דערצײלט געװאָרן דָוִדן װאָס רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן, די קעפּסװײַב פֿון שָאולן, האָט געטאָן. 12 איז דָוִד געגאַנגען, און האָט גענומען די בײנער פֿון שָאולן, און די בײנער פֿון יהוֹנָתָן זײַן זון, פֿון די מענער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד, װאָס האָבן זײ אַװעקגעגנבֿעט פֿון דעם מאַרק פֿון בֵית-שָן װאָס די פּלִשתּים האָבן זײ דאָרטן געהאַט אױפֿגעהאַנגען, אין דעם טאָג װאָס די פּלִשתּים האָבן געשלאָגן שָאולן אין גִלבוֹעַ. 13 און ער האָט אַרױפֿגעבראַכט פֿון דאָרטן די בײנער פֿון שָאולן, און די בײנער פֿון יהוֹנָתָן זײַן זון; און מע האָט אױפֿגעקליבן די בײנער פֿון די געהאַנגענע. 14 און מע האָט באַגראָבן די בײנער פֿון שָאולן און יהוֹנָתָן זײַן זון אין לאַנד בנימין, אין צֵלָע, אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער קישן; און מע האָט געטאָן אַלץ װאָס דער מלך האָט באַפֿױלן. און אלֹקים האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד נאָך דעם.

15 און די פּלִשתּים האָבן װידער געהאַט אַ מלחמה מיט יִשׂרָאֵל, און דָוִד און זײַנע קנעכט מיט אים האָבן אַראָפּגענידערט, און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט די פּלִשתּים, און דָוִד איז אָפּגעשלאַפֿט געװאָרן. 16 און יִשבי-בנוֹבֿ װאָס איז געװען פֿון די קינדער פֿון דעם רָפֿה, און די װאָג פֿון זײַן שפּיז איז געװען דרײַ הונדערט שקל קופּער, און ער איז געװען אָנגעגורט מיט אַ נײַער, האָט געװאָלט דערשלאָגן דָוִדן. 17 אָבער אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן איז אים געקומען צו הילף, און האָט געשלאָגן דעם פּלִשתּי און אים געטײט. דענצמאָל האָבן דָוִדס מענטשן געשװאָרן פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט מער נישט אַרױסגײן מיט אונדז אין מלחמה, כּדי זאָלסט נישט פֿאַרלעשן דאָס ליכט פֿון יִשׂרָאֵל.

18 און עס איז געװען נאָך דעם, איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ מיט די פּלִשתּים; דענצמאָל האָט סִבכַי פֿון חוּשָה דערשלאָגן סַפֿן װאָס פֿון די קינדער פֿון דעם רָפֿה.

19 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ מיט די פּלִשתּים; און אֶלחָנָן דער זון פֿון יַעֲרֵי-אוֹרגים דער בֵית-לֶחֶמער האָט דערשלאָגן גָליַתן פֿון גַת, װאָס דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער.

20 און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גַת. איז דאָרטן געװען אַ גרױסער מענטש װאָס די פֿינגער פֿון זײַנע הענט און די פֿינגער פֿון זײַנע פֿיס זײַנען געװען צו זעקס און זעקס, פֿיר און צװאַנציק אין צאָל. און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿה. 21 און ער האָט געלעסטערט יִשׂרָאֵל; האָט אים יהוֹנָתָן דער זון פֿון שִמְעָה, דָוִדס ברודער, דערשלאָגן.

22 די דאָזיקע פֿיר זײַנען געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿה אין גַת. און זײ זײַנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון דָוִדן, און דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-