Publicidade

2 Samuel 10

1 און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײַן זון חָנון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 2 האָט דָוִד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט חָנון דעם זון פֿון נָחשן, אַזױ װי זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט מיר. און דָוִד האָט געשיקט דורך זײַנע קנעכט אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער. און דָוִדס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן.

3 האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו חָנון זײער האַר: צי מײנסטו אַז דָוִד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן די שטאָט און זי אױסצוקוקן און זי דורכצונישטערן האָט דָוִד געשיקט זײַנע קנעכט צו דיר.

4 האָט חָנון גענומען דָוִדס קנעכט און האָט זײ אָפּגעגאָלט אַ האַלבע באָרד, און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביז זײער געזעס, און זײ אַװעקגעשיקט.

5 האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, און ער האָט געשיקט זײ אַנטקעגן, װאָרעם די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחוֹ ביז אײַער באָרד װעט אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן.

6 האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דָוִדן, און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געשיקט און געדונגען אַרָם פֿון בֵית-רחובֿ, און אַרָם פֿון צוֹבֿאָ, צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער, און דעם מלך פֿון מַעֲכָה מיט טױזנט מאַן, און די מענער פֿון טובֿ, צװעלף טױזנט מאַן.

7 האָט דָוִד דערהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן און דעם גאַנצן חיל, די גיבוֹרים.

8 און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער; און אַרָם פֿון צוֹבֿאָ און רחוֹבֿ, און די מענער פֿון טובֿ און פֿון מַעֲכָה, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד. 9 און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון יִשׂרָאֵל, און אױסגעשטעלט אַקעגן אַרָם. 10 און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿישַין, און אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. 11 און ער האָט געזאָגט: אױב אַרָם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיר גײן העלפֿן. 12 זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אלוקינו; און זאָל ה׳ טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן.

13 און יוֹאָבֿ און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אױף מלחמה קעגן אַרָם, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. 14 און װי די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געזען אַז אַרָם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אַבֿישַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און איז געקומען קײן ירושָלַיִם.

15 און אַרָם האָט געזען אַז ער איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם. 16 און הַדַדעֶזֶר האָט געשיקט און אַרױסגעבראַכט אַרָם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך; און זײ זײַנען געקומען קײן חֵילֶם, מיט שוֹבֿך דעם חיל-לידער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס.

17 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דָוִדן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל, און איז אַריבער דעם יַרדן, און געקומען קײן חֵילֶם. און אַרָם האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן דָוִדן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים. 18 און אַרָם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דָוִד האָט געהרגעט פֿון אַרָם זיבן הונדערט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט רײַטער; און שוֹבֿך זײער חיל-לידער האָט ער געשלאָגן, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן.

19 און אַלע מלכים, די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן, האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט יִשׂרָאֵל, און האָבן זײ געדינט. און אַרָם האָט מורא געהאַט װידער צו העלפֿן די קינדער פֿון עַמוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-