Publicidade

2 Samuel 18

1 און דָוִד האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים, און ער האָט געמאַכט איבער זײ הױפּטלײַט פֿון טױזנט און הױפּטלײַט פֿון הונדערט. 2 און דָוִד האָט געשיקט דאָס פֿאָלק, אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון יוֹאָבֿן, און אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, און אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון אִתַּין פֿון גַת. און דער מלך האָט געזאָגט צום פֿאָלק: אַרױסגײן װעל איך אױך אַרױסגײן מיט אײַך. 3 האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט: זאָלסט נישט אַרױסגײן; װאָרעם אױב אַנטלױפֿן װעלן מיר אַנטלױפֿן, װעט מען אױף אונדז נישט לײגן אַכט, און אַפֿילו אַ העלפֿט פֿון אונדז זאָלן אומקומען, װעט מען אױף אונדז נישט לײגן קײן אַכט; אָבער דו ביסט אַצונד אַזױ װי צען טױזנט פֿון אונדז; איז אַצונד בעסער, אַז דו זאָלסט אונדז זײַן צו הילף פֿון שטאָט. 4 האָט דער מלך צו זײ געזאָגט: װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן, װעל איך טאָן. און דער מלך האָט זיך געשטעלט בײַן זײַט פֿון טױער, און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן.

5 און דער מלך האָט באַפֿױלן יוֹאָבֿן און אַבֿישַין און אִתַּין, אַזױ צו זאָגן: זײַט מיר געלאַסן מיט דעם יונג, מיט אַבֿשָלומען. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געהערט װי דער מלך האָט באַפֿױלן אַלע הױפּטלײַט װעגן אַבֿשָלומען.

6 און דאָס פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד אַקעגן יִשׂרָאֵל, און די מלחמה איז געװען אין װאַלד פֿון אפֿרים. 7 און דאָס פֿאָלק פֿון יִשׂרָאֵל איז דאָרטן געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן, און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שלאַק אין יענעם טאָג – צװאַנציק טױזנט. 8 װאָרעם די מלחמה איז דאָרטן געװען פֿאַרשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד; און דער װאַלד האָט פֿאַרצערט פֿון פֿאָלק מער װי די שװערד האָט פֿאַרצערט אין יענעם טאָג.

9 און אַבֿשָלום האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן. און אַבֿשָלום איז געריטן אױף אַ מױלאײזל, איז דער מױלאײזל געקומען אונטער דעם געצװײַג פֿון אַ גרױסן אײכנבױם, און זײַן קאָפּ האָט זיך אָנגעכאַפּט אָן דעם אײכנבױם, און ער איז געבליבן צװישן הימל און ערד; און דער מױלאײזל װאָס אונטער אים איז אַװעק. 10 האָט דערזען אײנער אַ מאַן, און ער האָט דערצײלט יוֹאָבֿן און געזאָגט: אָן האָב איך געזען אַבֿשָלומען הענגען אױפֿן אײכנבױם. 11 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אים דערצײלט: און אַז דו האָסט געזען, טאָ פֿאַר װאָס האָסטו אים נישט דערשלאָגן דאָרטן צו דער ערד? און אױף מיר װאָלט געװען דיר צו געבן צען זילבערשטיק און אַ גאַרטל. 12 האָט דער מאַן געזאָגט צו יוֹאָבֿן: אַפֿילו װען איך קריג אָפּגעװױגן אױף מײַנע הענט טױזנט זילבערשטיק, װעל איך נישט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם מלכס זון, װאָרעם פֿאַר אונדזערע אױערן האָט דער מלך באַפֿױלן דיר און אַבֿישַין און אִתַּין, אַזױ צו זאָגן: זײַט אָפּגעהיט, װער עס זאָל נישט זײַן, מיט דעם יונג, מיט אַבֿשָלומען. 13 אָדער אַז איך זאָל באַגײן אַ פֿאַלשקײט אַקעגן מײַן זעל, װעט קײן זאַך נישט בלײַבן פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך, און דו װעסט שטײן פֿון דער װײַטן.

14 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: איך קען זיך דאָ אַזױ נישט אױפֿהאַלטן מיט דיר. און ער האָט גענומען דרײַ װאַרפֿשפּיזן אין זײַן האַנט, און האָט זײ אַרײַנגעשטאָכן אין אַבֿשָלומס האַרצן, װען ער האָט נאָך געלעבט אין מיטן אײכנבױם. 15 און צען יונגען, יוֹאָבֿס װאַפֿנטרעגער, האָבן זיך אַרומגעשטעלט, און האָבן געשלאָגן אַבֿשָלומען און אים געטײט.

16 און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן יִשׂרָאֵל, װאָרעם יוֹאָבֿ האָט צוריקגעהאַלטן דאָס פֿאָלק. 17 און זײ האָבן גענומען אַבֿשָלומען, און האָבן אים אײַנגעװאָרפֿן אין װאַלד אין דער גרױסער גרוב. און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ זײער גרױסן הױפֿן שטײנער. און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן, איטלעכער צו זײַנע געצעלטן.

18 און אַבֿשָלום האָט נאָך בײַ זײַן לעבן גענומען און זיך אױפֿגעשטעלט דעם זײַלשטײן װאָס אין מלכס טאָל; װאָרעם ער האָט געזאָגט: איך האָב נישט קײן זון צו דערמאָנען מײַן נאָמען. און ער האָט גערופֿן דעם זײַלשטײן אױף זײַן נאָמען, און מע רופֿט אים אַבֿשָלומס אָנדענק ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

19 און אַחימַעַץ דער זון פֿון צָדוֹקן האָט געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט לױפֿן און מבֿשׂר זײַן דעם מלך, אַז ה׳ האָט זיך אָפּגערעכנט פֿאַר אים פֿון דער האַנט פֿון זײַנע פֿײַנט. 20 האָט יוֹאָבֿ צו אים געזאָגט: ביסט נישט אַ בַעַל-בשׂורה הײַנטיקן טאָג; װעסט בשׂורה אָנזאָגן אַן אַנדער טאָג, אָבער הײַנטיקן טאָג זאָלסטו נישט מבֿשׂר זײַן, אַזױ װי דעם מלכס זון איז טױט.

21 און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט צו דעם כּוּשי: גײ דערצײל דעם מלך װאָס דו האָסט געזען. האָט דער כּוּשי זיך געבוקט צו יוֹאָבֿן, און איז אַװעקגעלאָפֿן.

22 און אַחימַעַץ דער זון פֿון צָדוֹקן האָט װידער אַ מאָל געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זאָל זײַן װאָס װעט זײַן, לאָמיך אױך, איך בעט דיך, לױפֿן נאָך דעם כּוּשי. האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: נאָך װאָס דען זאָלסטו לױפֿן, מײַן זון, אַז די בשׂורה װעט דיר גאָרניט אײַנברענגען? 23 אָבער זאָל זײַן װאָס װעט זײַן, איך װעל לױפֿן. האָט ער צו אים געזאָגט: לױף, און אַחימַעַץ איז געלאָפֿן מיטן װעג פֿון דער געגנט, און ער האָט אַריבערגעיאָגט דעם כּוּשי.

24 און דָוִד איז געזעסן צװישן די צװײ טױערן, און דער װעכטער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם דאַך פֿון טױער, אױף דער מױער, און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, ערשט אַ מאַן לױפֿט אַלײן. 25 האָט דער װעכטער אױסגערופֿן, און אָנגעזאָגט דעם מלך. האָט דער מלך געזאָגט: אױב ער איז אַלײן, איז אַ בשׂורה אין זײַן מױל. און יענער איז געקומען אַלץ נענטער. 26 האָט דער װעכטער געזען אַן אַנדער מאַן לױפֿן, און דער װעכטער האָט אױסגערופֿן צום טױערמאַן און געזאָגט: זע, אַ מאַן לױפֿט אַלײן. האָט דער מלך געזאָגט: דער אױך איז אַן מבֿשׂר.

27 האָט דער װעכטער געזאָגט: איך דערקען דאָס לױפֿן פֿון ערשטן אַזױ װי דאָס לױפֿן פֿון אַחימַעַץ דעם זון פֿון צָדוֹקן. האָט דער מלך געזאָגט: אַ גוטער מענטש איז ער, און מיט אַ גוטע בשׂורה קומט ער.

28 האָט אַחימַעַץ גערופֿן און האָט געזאָגט צום מלך: פֿריד! און ער האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט געזאָגט: ברוך ה׳ דײַן ג-ט װאָס האָט איבערגעענטפֿערט די מענטשן װאָס האָבן אױפֿגעהױבן זײער האַנט אױף מײַן האַר דעם מלך. 29 האָט דער מלך געזאָגט: איז פֿריד צו דעם יונג, צו אַבֿשָלומען? האָט אַחימַעַץ געזאָגט: איך האָב געזען אַ גרױסן טומל װען יוֹאָבֿ האָט אַװעקגעשיקט דעם מלכס קנעכט, און מיך דײַן קנעכט, אָבער איך האָב נישט געװוּסט װאָס. 30 האָט דער מלך געזאָגט: קער זיך אָפּ, שטעל זיך דאָ. האָט ער זיך אומגעדרײט, און איז געשטאַנען.

31 ערשט דער כּוּשי קומט אָן; און דער כּוּשי האָט געזאָגט: עס איז אַ גוטע בשׂורה, מײַן האַר דער מלך, אַז ה׳ האָט זיך הײַנט אָפּגערעכנט פֿאַר דיר פֿון דער האַנט פֿון אַלע װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף דיר. 32 האָט דער מלך געזאָגט צו דעם כּוּשי: איז פֿריד צו דעם יונג, צו אַבֿשָלומען? האָט דער כּוּשי געזאָגט: זאָל װערן פֿון די שָׂונאים פֿון מײַן האַר דעם מלך, און פֿון אַלע װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף דיר צום בײזן, װי פֿון דעם יונג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-