Publicidade

2 Samuel 24

1 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט װידער געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט אָנגערעדט דָוִדן אַקעגן זײ, אַזױ צו זאָגן: גײ צײל איבער יִשׂרָאֵל און יהוּדה. 2 און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿ דעם חיל-לידער װאָס מיט אים: װאַנדער אַקאָרשט דורך אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע, און צײלט דאָס פֿאָלק כּדי איך זאָל װיסן דעם מיספּר פֿון פֿאָלק. 3 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צום מלך: זאָל ה׳ דײַן ג-ט מערן דאָס פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, און די אױגן פֿון מײַן האַר דעם מלך זאָלן עס זען; אָבער צו װאָס װיל מײַן האַר דער מלך די דאָזיקע זאַך?

4 אָבער דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן און צו די חיל-לידער, און יוֹאָבֿ און די חיל-לידער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך, צו צײלן דאָס פֿאָלק, יִשׂרָאֵל. 5 און זײ זײַנען אַריבער דעם יַרדן, און האָבן גערוט אין עַרוֹעֵר, אױף דער רעכטער זײַט פֿון דער שטאָט װאָס אין מיטן טאָל פֿון גָד, און צו יַעְזֵר צו. 6 און זײ זײַנען געקומען קײן גִלעָד, און צו דעם לאַנד תַּחתּים-חָדשי, און זײ זײַנען געקומען קײן דָן-יַעַן, און רונד אַרום צו צידון. 7 און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג פֿון צוֹר, און צו אַלע שטעט פֿון דעם חִוִי און דעם כּנַעֲני, און זײ זײַנען אַרױסגעקומען אין דָרום יהוּדה בײַ באֵר-שֶבַֿע. 8 און זײ האָבן דורכגעװאַנדערט דאָס גאַנצע לאַנד, און זײַנען צוריקגעקומען צום סוף פֿון נײַן חדשים און צװאַנציק טעג קײן ירושָלַיִם. 9 און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מיספּר פֿון דער צײלונג פֿון פֿאָלק צום מלך. און יִשׂרָאֵל איז געװען אַכט מאָל הונדערט טױזנט קריגסלײַט װאָס ציִען אַ שװערד, און די מענער פֿון יהוּדה, פֿינף מאָל הונדערט טױזנט מאַן.

10 און דאָס האַרץ פֿון דָוִדן האָט אים געפּלאָגט נאָך דעם װי ער האָט געצײלט דאָס פֿאָלק, און דָוִד האָט געזאָגט צו ה׳: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב דאָס געטאָן; און אַצונד, ה׳, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם איך בין געװען נאַריש זײער.

11 און װי דָוִד איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו גָד דעם נבֿיא, דָוִדס זעער, אַזױ צו זאָגן: 12 גײ און זאָלסט רעדן צו דָוִדן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דרײַ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנע פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן.

13 איז גָד געקומען צו דָוִדן און האָט אים דערצײלט, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלן אױף דיר קומען זיבן יאָר הונגער אין דײַן לאַנד? אָדער זאָלסט דרײַ חדשים לױפֿן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און זײ זאָלן דיך נאָכיאָגן? אָדער דרײַ טעג זאָל זײַן אַ מגפֿה אין דײַן לאַנד? אַצונד באַטראַכט, און זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך.

14 האָט דָוִד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיר, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון ה׳, װאָרעם זײַן רַחמָנות איז גרױס, און לאָמיך נישט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.

15 האָט ה׳ געגעבן אַ מגפֿה אין יִשׂרָאֵל פֿון אין דער פֿרי און ביז דער געשטעלטער צײַט, און עס זײַנען געשטאָרבן פֿון פֿאָלק, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע, זיבעציק טױזנט מאַן.

16 און דער מלאך האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף ירושָלַיִם זי אומצוברענגען; האָט ה׳ חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט אומגעבראַכט צװישן פֿאָלק: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון ה׳ איז געװען בײַ דעם דרעש-שײַער פֿון אַרַונה דעם יבֿוסי.

17 און דָוִד האָט גערעדט צו ה׳, װען ער האָט געזען דעם מלאך װאָס שלאָגט צװישן פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: זע, איך האָב געזינדיקט, און איך האָב פֿאַרבראָכן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז.

18 איז גָד געקומען צו דָוִדן אין יענעם טאָג, און ער האָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, שטעל אױף צו ה׳ אַ מזבח אין דעם דרעש-שײַער פֿון אַרַונה דעם יבֿוסי.

19 איז דָוִד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן. 20 און אַרַונה האָט אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען װי דער מלך און זײַנע קנעכט קומען אַריבער צו אים; איז אַרַונה אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד. 21 און אַרַונה האָט געזאָגט: נאָך װאָס איז מײַן האַר דער מלך געקומען צו זײַן קנעכט? האָט דָוִד געזאָגט: אָפּצוקױפֿן פֿון דיר דעם דרעש-שײַער אױף צו בױען אַ מזבח צו ה׳, כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק. 22 האָט אַרַונה געזאָגט צו דָוִדן: זאָל מײַן האַר דער מלך נעמען און אױפֿברענגען װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, די רינדער זײַנען פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס און די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער פֿאַר האָלץ. 23 אַלץ האָט אַרַונה דער מלך אַװעקגעגעבן צום מלך. און אַרַונה האָט געזאָגט צום מלך: זאָל ה׳ דײַן ג-ט דיך באַװיליקן. 24 האָט דער מלך געזאָגט צו אַרַונהן: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן פֿון דיר פֿאַר געצאָלט, און איך װעל נישט אױפֿברענגען צו ה׳ מײַן ג-ט בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט. און דָוִד האָט אָפּגעקױפֿט דעם דרעש-שײַער און די רינדער פֿאַר פֿופֿציק שקל זילבער. 25 און דָוִד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער. און ה׳ האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-