1 און אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: דײַן בײן און דײַן פֿלײש זײַנען מיר. 2 נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן, אַז שָאול איז געװען מלך איבער אונדז, ביסט דו געװען דער װאָס האָט אַרױסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט יִשׂרָאֵל. און ה׳ האָט צו דיר געזאָגט: דו זאָלסט פֿיטערן מײַן פֿאָלק, יִשׂרָאֵל, און דו זאָלסט זײַן אַ פֿירשט איבער יִשׂרָאֵל.
3 און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען צום מלך קײן חֶבֿרוֹן, און דער מלך דָוִד האָט זײ געשלאָסן אַ ברית אין חֶבֿרוֹן פֿאַר ה׳, און זײ האָבן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל.
4 דרײַסיק יאָר איז דָוִד אַלט געװען װען ער איז געװאָרן מלך; פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט. 5 אין חֶבֿרוֹן האָט ער געקיניגט איבער יהוּדה זיבן יאָר און זעקס חדשים, און אין ירושָלַיִם האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק יאָר איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה.
6 און דער מלך איז געגאַנגען מיט זײַנע מענטשן קײן ירושָלַיִם אױף דעם יבֿוסי, דעם באַװױנער פֿון לאַנד. האָבן זײ געזאָגט צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: װעסט אַהער נישט קומען סײַדן װעסט אָפּטאָן די בלינדע און די הינקעדיקע; אַזױ צו זאָגן: דָוִד קען אַהער נישט קומען. 7 אָבער דָוִד האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון צִיוֹן, דאָס איז דָוִדס-שטאָט. 8 און דָוִד האָט געזאָגט אין יענעם טאָג: װער נאָר עס װעט שלאָגן דעם יבֿוסי, און װעט צוקומען צו דער װאַסעררינע, און די הינקעדיקע און די בלינדע, די פֿאַרהאַסטע פֿון דָוִדס זעל. דערום זאָגט מען: אַ בלינדער און אַ הינקעדיקער איז דאָ; מע קען נישט אַרײַן אין הױז.
9 און דָוִד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג, און ער האָט זי גערופֿן דָוִדס-שטאָט; 10 און דָוִד האָט פֿאַרבױט רונד אַרום פֿון מלוא און אינעװײניק צו. און דָוִד איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת איז געװען מיט אים.
11 און חירָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט שלוחים צו דָוִדן מיט צעדערהאָלץ און האָלצמײַנסטערס און שטײנמײַנסטערס, און זײ האָבן געבױט אַ הױז פֿאַר דָוִדן. 12 און דָוִד האָט געװוּסט אַז ה׳ האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, און אַז ער האָט דערהױבן זײַן מלוכה פֿון װעגן זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.
13 און דָוִד האָט גענומען נאָך קעפּסװײַבער און װײַבער פֿון ירושָלַיִם נאָך זײַן קומען פֿון חֶבֿרוֹן, און בײַ דָוִדן זײַנען געבאָרן געװאָרן נאָך זין און טעכטער. 14 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושָלַיִם: שַמוּעַ, און שוֹבֿבֿ, און נָתָן, און שלמה;
15 און יִבֿחָר, און אֶלישוּעַ, און נֶפֶֿג, און יָפֿיעַ; 16 און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֶֿלֶט.
17 און די פּלִשתּים האָבן געהערט אַז מע האָט געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, און אַלע פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן דָוִדן. האָט דָוִד דערהערט, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דער פֿעסטונג.
18 און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים.
19 האָט דָוִד געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אַקעגן די פּלִשתּים? װעסטו זײ געבן אין מײַן האַנט? האָט ה׳ געזאָגט צו דָוִדן: גײ אַרױף װאָרעם געבן װעל איך געבן די פּלִשתּים אין דײַן האַנט.
20 איז דָוִד געקומען אין בַעַל-פּרָצים, און דָוִד האָט זײ דאָרטן געשלאָגן, און ער האָט געזאָגט: ה׳ האָט דורכגעבראָכן מײַנע פֿײַנט פֿאַר מיר, אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בַעַל-פּרָצים.
21 און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע געצנבילדער, און דָוִד און זײַנע מענטשן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן.
22 און די פּלִשתּים זײַנען װידער אַ מאָל אַרױפֿגעקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים. 23 האָט דָוִד געפֿרעגט בײַ ה׳, און ער האָט געזאָגט: זאָלסט נישט אַרױפֿגײן; קער זיך אױס הינטער זײ, און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבײמער. 24 און עס װעט זײַן, אַז דו הערסט אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די מױלבערבײמער, דענצמאָל זאָלסטו אײַלן, װאָרעם דענצמאָל איז ה׳ אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס, צו שלאָגן אין דעם לאַגער פֿון די פּלִשתּים.
25 און דָוִד האָט אַזױ געטאָן – אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים פֿון גֶבַֿע ביז דו קומסט קײן גֶזֶר.