1 און עס איז געװען נאָך שָאולס טױט, אַז דָוִד האָט זיך געהאַט אומגעקערט פֿון שלאָגן עַמָלֵק, און דָוִד איז געזעסן אין ציקלַג צװײ טעג, 2 און אױפֿן דריטן טאָג, ערשט אַ מאַן קומט אָן פֿון דעם לאַגער, פֿון שָאולן, און זײַנע קלײדער זײַנען צעריסן, און ערד איז אױף זײַן קאָפּ. און עס איז געװען, װי ער איז געקומען צו דָוִדן, אַזױ איז ער געפֿאַלן צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט. 3 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער צו אים געזאָגט: פֿון דעם לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל בין איך אַנטרונען געװאָרן. 4 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: װי איז די זאַך געװען? דערצײל מיר, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה, און אױך זײַנען פֿיל פֿון דעם פֿאָלק געפֿאַלן און געשטאָרבן, און אױך שָאול און זײַן זון יהוֹנָתָן זײַנען טױט. 5 האָט דָוִד געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: װי אַזױ װײסטו אַז שָאול און זײַן זון יהוֹנָתָן זײַנען טױט? 6 האָט דער יונג װאָס האָט אים דאָס דערצײלט, געזאָגט: איך האָב זיך גראָד געטראָפֿן אױף באַרג גִלבוֹעַ, ערשט שָאול איז אָנגעלענט אױף זײַן שפּיז, און אָט האָבן די רײַטװעגן און די רײַטמענער אים אָנגעיאָגט. 7 האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט מיך דערזען, און ער האָט גערופֿן צו מיר, און איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך. 8 האָט ער צו מיר געזאָגט: װער ביסטו? האָב איך צו אים געזאָגט: אַן עַמָלֵקי בין איך. 9 האָט ער צו מיר געזאָגט: שטעל זיך, איך בעט דיך, לעבן מיר, און טײט מיך, װאָרעם די גסיסה האָט מיך אָנגענומען; װאָרעם נאָר װאָס מײַן נשמה האַלט זיך אין מיר. 10 האָב איך זיך געשטעלט לעבן אים, און האָב אים געטײט, װײַל איך האָב געװוּסט, אַז ער קען מער נישט לעבן נאָך זײַן פֿאַלן. און איך האָב גענומען די קרױן װאָס אױף זײַן קאָפּ, און דעם אָרעמבאַנד װאָס אױף זײַן אָרעם, און האָב זײ געבראַכט אַהער צו מײַן האַר.
11 האָט דָוִד אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן, און דאָס גלײַכן אַלע מענטשן װאָס מיט אים. 12 און זײ האָבן געקלאָגט און געװײנט, און האָבן געפֿאַסט ביזן אָװנט אױף שָאולן און אױף יהוֹנָתָן זײַן זון, און אױף דעם פֿאָלק פֿון ה׳, און אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד.
13 און דָוִד האָט געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דער זון פֿון אַ פֿרעמדן מאַן, אַן עַמָלֵקי. 14 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: װי האָסטו נישט מורא געהאַט אױסצושטרעקן דײַן האַנט אומצוברענגען דעם געזאַלבטן פֿון ה׳?
15 און דָוִד האָט צוגערופֿן אײנעם פֿון די יונגען, און האָט געזאָגט: גענען, פֿאַל-צו אױף אים. און ער האָט אים געשלאָגן, און ער איז געשטאָרבן.
16 און דָוִד האָט צו אים געזאָגט: דײַן בלוט אױף דײַן קאָפּ! װאָרעם דײַן מױל האָט עדות געזאָגט אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטײט דעם געזאַלבטן פֿון ה׳.
17 און דָוִד האָט געקלאָגט די דאָזיקע קלאָג אױף שָאולן און אױף יהוֹנָתָן זײַן זון, 18 און ער האָט געזאָגט-כּדי צו לערנען די קינדער פֿון יהוּדה דעם בױגן; דאָס איז שױן פֿאַרשריבן אין בוך פֿון ישר:
19 די פּראַכט, יִשׂרָאֵל, איז אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן;
װי זײַנען די גיבוֹרים געפֿאַלן!
20 נישט דערצײלן זאָלט איר אין גַת,
נישט מבֿשׂר זײַן אין די גאַסן פֿון אַשקלוֹן,
כּדי די טעכטער פֿון די פּלִשתּים זאָלן זיך נישט פֿרײען,
כּדי די טעכטער פֿון די אומבאַשניטענע זאָלן נישט קװעלן.
21 איר בערג פֿון גִלבוֹעַ,
נישט טױ און נישט רעגן אױף אײַך,
עס זאָל אױך קײן תרוּמות זײַן פֿון די פֿעלדער!
װאָרעם דאָרט איז פֿאַרמיאוסט געװאָרן דער שילד פֿון גיבוֹרים,
דער שילד פֿון שָאולן, מיט אײל נישט באַשמירט,
22 פֿון בלוט פֿון דערשלאָגענע, פֿון פֿעטס פֿון גיבוֹרים,
האָט יהוֹנָתָנס בױגן זיך צוריק נישט געצױגן,
און די שװערד פֿון שָאולן זיך נישט אומגעקערט לײדיק.
23 שָאול און יהוֹנָתָן,
די באַליבטע און ליבע אין זײער לעבן,
צו מאָל אין זײער טױט האָבן זײ זיך נישט צעשײדט.
פֿון אָדלערס זײַנען זײ געװען פֿלינקער,
פֿון לײבן זײַנען זײ געװען שטאַרקער.
24 איר טעכטער פֿון יִשׂרָאֵל, אױף שָאולן װײנט,
װאָס האָט אײַך אין רױטן געקלײדט, מיט תּענוגים דערצו,
װאָס האָט אַרױפֿגעטאָן צירונג פֿון גאָלד אױף אײַער קלײד.
25 װי זײַנען די גיבוֹרים אין מלחמה געפֿאַלן –
יהוֹנָתָן אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן!
26 מיך קלעמט נאָך דיר, יהוֹנָתָן מײַן ברודער,
ליב געװען ביסטו מיר זײער;
װוּנדערלעך געװען איז דײַן ליבשאַפֿט צו מיר,
מער װי די ליבשאַפֿט פֿון װײַבער.
27 װי זײַנען די גיבוֹרים געפֿאַלן,
און אונטערגעגאַנגען די װאַפֿן פֿון מלחמה!