Publicidade

Cânticos 4

1 ביסט שײן, געליבטע מײַן, ביסט שײן,

דײַנע אױגן זײַנען טױבן פֿון דײַן שלײער אַדורך;

דײַנע האָר װי אַ סטאַדע ציגן װאָס לאָזן זיך אַראָפּ פֿון באַרג גִלעָד.

2 דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף געטאָקטע,

װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש,

װאָס צװילינגען זיך אַלע,

און נישטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.

3 װי אַ רױט פֿאָדעם זײַנען דײַנע ליפּן,

און דײַן מױל איז באַחֵנט;

װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף

פֿון דײַן שלײער אַדורך.

4 דײַן האַלדז װי דער טורעם פֿון דָוִד

אױף אָנצוקוקן געבױט –

טױזנט פּאַנצערס הענגען אױף אים,

אַלע שילדן פֿון די גיבוֹרים.

5 דײַנע צװײ בריסט װי צװײ הירשלעך,

צװילינגס פֿון אַ הירשין, װאָס פֿיטערן זיך צװישן די ליליען.

6 ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג און אַנטרינען װעלן די שאָטנס,

װעל איך מיר גײן צום באַרג פֿון מירע,

און צום בערגל פֿון װײַרעך.

7 ביסט אין גאַנצן שײן, געליבטע מײַן,

און קײן פֿעלער איז אין דיר נישטאָ.

8 מיט מיר פֿון לבֿנוֹן,

מײַן כּלה, מיט מיר פֿון לבֿנוֹן זאָלסטו קומען;

װעסט אַראָפּקוקן פֿון שפּיץ פֿון אַמָנָה,

פֿון שפּיץ פֿון שׂניר און חֶרמוֹן,

פֿון די װױנונגען פֿון די לײבן,

פֿון די בערג פֿון די לעמפּערטן.

9 דו האָסט מיך געפֿאַנגען, שװעסטער מײַן כּלה,

דו האָסט מיך געפֿאַנגען מיט אײנעם פֿון דײַנע בליקן,

מיט אײן שנור פֿון דײַנע האַלדזבענדער.

10 װי שײן איז דײַן ליבשאַפֿט, שװעסטער מײַן כּלה,

װי בעסער דײַן ליבשאַפֿט פֿון װײַן,

און דער רֵיח פֿון דײַנע אײלן, פֿון אַלערלײ בשׂמים!

11 האָניקזאַפֿט טריפֿן דײַנע ליפּן, מײַן כּלה,

האָניק און מילך איז אונטער דײַן צונג,

און דער רֵיח פֿון דײַנע קלײדער װי דער רֵיח פֿון לבֿנוֹן.

12 אַ פֿאַרשלאָסענער גאָרטן איז מײַן שװעסטער מײַן כּלה,

אַ פֿאַרשלאָסענער ברונעם, אַ פֿאַרחתמעטער קװאַל.

13 דײַנע צװײַגן – אַ סָוד מילגרױמען מיט טײַערע פֿרוכט,

ציפּערבלומען מיט נאַרדן;

14 נאַרד און זאַפֿראַן, געװירצראָר און צימערינג

מיט אַלערלײ װײַרױכבײמער,

מירע און אַלאָען מיט אַלערלײ געקליבענע בשׂמים.

15 אַ גאָרטנקװאַל, אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער,

און פֿלוסן פֿון לבֿנוֹן.

16 דערװעק דיך, צפֿון-װינט,

און קום, דו דָרום-װינט;

בלאָז אױף מײַן גאָרטן,

זײַנע בשׂמים זאָלן פֿליסן,

זאָל קומען מײַן געליבטער אין זײַן גאָרטן,

און עסן זײַן טײַערע פֿרוכט.

Veja também

Publicidade
Cânticos
Ver todos os capítulos de Cânticos
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-