Publicidade

Cânticos 3

1 אױף מײַן געלעגער בײַ נאַכט

האָב איך געזוכט דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב;

איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.

2 לאָמיך אױפֿשטײן און אַרומגײן אין שטאָט,

אין די מערק און אין די גאַסן,

לאָמיך זוכן דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב.

איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען.

3 האָבן מיר געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט:

דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב צי האָט איר געזען?

4 קױם בין איך אַװעק פֿון זײ,

באַלד האָב איך געפֿונען, דעם װאָס מײַן זעל האָט ליב;

האָב איך אים אָנגענומען און האָב אים נישט אָפּגעלאָזט,

ביז איך האָב אים געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער,

און אין קאַמער פֿון מײַן געװינערין.

5 איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,

בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד,

אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט,

ביז זי װעט באַגערן.

6 װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר,

אַזױ װי זײַלן פֿון רױך,

באַרײכערט מיט מירע און װײַרעך,

מיט אַלערלײ װירצשטױב פֿון קרעמער?

7 אָט איז דאָס אַפּריוֹן פֿון שלמהן,

זעכציק גיבוֹרים אַרום איר,

פֿון די גיבוֹרים פֿון יִשׂרָאֵל;

8 אַלע באַגורט מיט אַ שװערד,

געניט אין מלחמה;

איטלעך זײַן שװערד אױף זײַן דיך,

פֿון װעגן דער אַנגסט אין די נעכט.

9 אַן אַפּריוֹן האָט זיך מלך שלמה געמאַכט

פֿון האָלצן פֿון לבֿנוֹן;

10 אירע זײַלן האָט ער פֿון זילבער געמאַכט,

איר אָנלען פֿון גאָלד,

איר אױסבעט פֿון פּורפּל;

אינעװײניק געפֿלאַסטערט מיט ליבשאַפֿט

פֿון די טעכטער פֿון ירושָלַיִם.

11 גײט אַרױס, טעכטער פֿון צִיוֹן,

און קוקט אָן מלך שלמה,

אין דער קרױן װאָס זײַן מוטער האָט אים באַקרײנט,

אין טאָג פֿון זײַן חתונה,

און אין טאָג פֿון זײַן האַרצנפֿרײד.

Veja também

Publicidade
Cânticos
Ver todos os capítulos de Cânticos
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-