Publicidade

Cânticos 2

1 איך בין אַ רױז פֿון שָרוֹן,

אַ ליליע פֿון די טאָלן.

2 װי אַ ליליע צװישן די דערנער,

אַזױ איז מײַן געליבטע צװישן די טעכטער.

3 װי אַן עפּלבױם צװישן די װאַלדבײמער,

אַזױ איז מײַן געליבטער צװישן די זין.

אין זײַן שאָטן געלוסט איך צו זיצן,

און זיס איז זײַן פֿרוכט צו מײַן גומען.

4 ער האָט מיך געבראַכט אין דער װײַנקאַמער,

און זײַן פֿאָן איבער מיר איז ליבשאַפֿט געװען.

5 לאָבט מיך מיט טרױבקוכנס,

קװיקט מיך מיט עפּל,

װאָרעם קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך.

6 זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ,

און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען.

7 איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,

בײַ די הירשן אָדער בײַ די הינדן פֿון פֿעלד,

אױב איר װעט װעקן און אױב איר װעט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט,

ביז זי װעט באַגערן.

8 האָרך! מײַן געליבטער!

אָט-אָ קומט ער; ער שפּרינגט איבער די בערג,

ער הופּט איבער די הײכן.

9 מײַן געליבטער איז געגליכן צו אַ הירש,

אָדער צו אַ הינד אַ יונגן;

אָט-אָ שטײט ער הינטער אונדזער װאַנט,

ער קוקט דורך די פֿענצטער,

ער בליקט דורך די גראַטקעס.

10 האָט זיך אָפּגערופֿן מײַן געליבטער,

און געזאָגט צו מיר:

שטײ דיר אױף מײַן געליבטע, מײַן שײנע,

און קום דיר.

11 װאָרעם זע, דער װינטער איז אַריבער,

דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען, אַװעק.

12 די בלומען האָבן זיך באַװיזן אין לאַנד,

די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען,

און דער קֹול פֿון דער טורטלטױב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד.

13 דער פֿײַגנבױם צײַטיקט זײַנע פֿריפֿײַגן,

און די װײַנשטאָקן אין בליִונג גיבן אַ רֵיח.

שטײ דיר אױף, מײַן געליבטע, מײַן שײנע,

און קום דיר.

14 מײַן טױב אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז,

אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿונעם באַרגטרעפּ,

לאָז מיך אָנזען דײַן פּנים,

לאָז מיך הערן דײַן קֹול,

װאָרעם דײַן קֹול איז זיס,

און דײַן פּנים איז שײן.

15 כאַפּט אונדז די פֿיקס,

קלײנע פֿיקס װאָס פֿאַרדאַרבן די װײַנגערטנער,

װאָרעם אונדזערע װײַנגערטנער

זײַנען אין בליִונג.

16 מײַן געליבטער געהערט מיר,

און איך געהער אים,

דעם װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען.

17 ביז פֿאַרװײען װעט דער טאָג,

און אַנטרינען װעלן די שאָטנס,

דרײַ זיך אום, מײַן געליבטער,

און זײַ געגליכן צו אַ הירש,

אָדער צו אַ הינד אַ יונגען,

אױף די צעשפּאָלטענע בערג.

Veja também

Publicidade
Cânticos
Ver todos os capítulos de Cânticos
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_06-35-37-