Publicidade

Cânticos 6

1 װוּהין איז געגאַנגען דײַן געליבטער,

דו שענסטע פֿון פֿרױען?

װוּהין האָט זיך געקערט דײַן געליבטער,

אַז מיר זאָלן אים זוכן מיט דיר?

2 מײַן געליבטער האָט גענידערט צו זײַן גאָרטן

צו די בײטן פֿון בשׂמים,

צו װאַנדערן אין די גערטנער

און אױפֿקלײַבן ליליען.

3 איך בין מײַן געליבטנס,

– און מײַן געליבטער איז מײַן –

דער װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען.

4 ביסט שײן, מײַן געליבטע, װי תִּרצָה,

ליבלעך װי ירושָלַיִם,

פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע.

5 קער אַװעק דײַנע אױגן פֿון מיר,

װאָרעם זײ האָבן מיך באַװעלטיקט.

דײַנע האָר איז װי אַ סטאַדע ציגן

װאָס לאָזן זיך פֿון גִלעָד אַראָפּ.

6 דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף

װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש,

װאָס צװילינגען זיך אַלע,

און נישטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.

7 װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף,

פֿון דײַן שלײער אַדורך.

8 זעכציק די מלכּות,

און אַכציק די קעפּסװײַבער,

און יונגפֿרױען אָן צאָל.

9 אײנע מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע;

אײנע איז זי בײַ איר מוטער,

אױסדערװײלט איז זי בײַ איר װאָס האָט איר געבאָרן.

טעכטער האָבן זי געזען און זי געלױבט,

מלכּות און קעפּסװײַבער – און זי גערימט:

10 װער איז די װאָס קוקט אַרױס װי דער פֿרימאָרגן,

שײן װי די לִבֿנָה, לױטער װי די זון,

פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע?

11 צו דעם נוסגאָרטן האָב איך גענידערט,

צו באַקוקן די שפּראָצן פֿון טאָל,

צו זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק,

אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען.

12 נישט װיסנדיק האָט מײַן זעל מיך געבראַכט

צו די רײַטװעגן פֿון מײַן פֿירשטלעכן פֿאָלק.

Veja também

Publicidade
Cânticos
Ver todos os capítulos de Cânticos
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-