Publicidade

Cânticos 5

1 איך בין געקומען אין מײַן גאָרטן, שװעסטער מײַן כּלה,

געקליבן מײַן מירע מיט מײַנע בשׂמים;

געגעסן מײַן סאָט מיט מײַן האָניק,

געטרונקען מײַן װײַן מיט מײַן מילך.

עסט, חבֿרים, טרינקט און באַרױשט אײַך מיט ליבשאַפֿט.

2 איך שלאָף און מײַן האַרץ איז אױף;

האָרך! מײַן געליבטער קלאַפּט;

עפֿן מיר, מײַן שװעסטער, מײַן געליבטע,

מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע,

װאָרעם מײַן קאָפּ איז פֿול מיט טױ,

מײַנע לאָקן מיט טראָפּנס פֿון נאַכט.

3 איך האָב אױסגעטאָן מײַן מאַנטל,

װי קען איך עס אָנטאָן?

איך האָב געװאַשן מײַנע פֿיס,

װי קען איך זײ אײַנריכטן?

4 האָט מײַן געליבטער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט דורכן טירלאָך,

און מײַנע אינגעװײד האָבן געברומט צו אים.

5 בין איך אױפֿגעשטאַנען עפֿענען מײַן געליבטן,

און מײַנע הענט האָבן מירע געטריפֿט,

און מײַנע פֿינגער פֿליסיקע מירע

אױף די הענטלעך פֿון ריגל.

6 איך האָב געעפֿנט מײַן געליבטן,

אָבער מײַן געליבטער איז פֿאַרשװוּנדן,

אַװעק – מײַן זעל איז אױסגעגאַנגען – װען ער האָט גערעדט צו מיר –

איך האָב אים געזוכט, און האָב אים נישט געפֿונען,

איך האָב אים גערופֿן, און ער האָט מיר נישט געענטפֿערט.

7 האָבן מיך געטראָפֿן די װעכטער װאָס גײען אַרום אין דער שטאָט,

האָבן זײ מיך געשלאָגן, האָבן זײ מיך פֿאַרװוּנדט;

אַראָפּגענומען מײַן מאַנטל פֿון מיר האָבן די װעכטער פֿון די מױערן.

8 איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,

אַז איר װעט געפֿינען מײַן געליבטן,

װאָס איר זאָלט אים זאָגן:

אַז קראַנק פֿון ליבשאַפֿט בין איך.

9 װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער,

דו שענסטע פֿון פֿרױען?

װאָס איז דײַן געליבטער פֿאַר אַ געליבטער,

װאָס דו האָסט אַזױ אונדז באַשװאָרן?

10 מײַן געליבטער איז קלאָר און גערױטלט,

די פֿאָן פֿון צען טױזנט.

11 זײַן קאָפּ איז פֿײַן גינגאָלד,

זײַנע לאָקן געקרײַזלט, שװאַרץ װי דער ראָב.

12 זײַנע אױגן װי טױבן בײַ בעכן פֿון װאַסער;

געבאָדן אין מילך, אײַנגעזעצט אין פֿולן.

13 זײַנע באַקן װי אַ בײט בשׂמים,

װי טורעמלעך געװירצן;

זײַנע ליפּן ליליען

װאָס טריפֿן פֿליסיקע מירע.

14 די הענט זײַנע גילדערנע װאַלצן מיט גאָלדשטײן באַזעצט;

זײַן לײַב אַ שטיק עלפֿנבײן מיט סאַפּירן באַדעקט.

15 זײַנע שענקלען מירמלזײַלן געגרונטפֿעסט

אױף שװעלן פֿון גינגאָלד;

זײַן אָנבליק װי דער לבֿנוֹן,

אױסדערװײלט װי די צעדערן.

16 זײַן גומען איז זיסקײט,

און ער אין גאַנצן אַ גלוסטיקײט.

דאָס איז מײַן געליבטער, און דאָס איז מײַן חבֿר,

טעכטער פֿון ירושָלַיִם.

Veja também

Publicidade
Cânticos
Ver todos os capítulos de Cânticos
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-