1 און עס איז געװען נאָך דעם: אַבֿשָלום דער זון פֿון דָוִדן האָט געהאַט אַ שײנע שװעסטער װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר, און אַמנוֹן דער זון פֿון דָוִדן האָט זי ליב געקריגן. 2 און אַמנוֹן האָט זיך געקלעמט ביז צום קראַנק װערן, פֿון װעגן זײַן שװעסטער תָּמָרן, װאָרעם זי איז געװען אַ יונגפֿרױ; און עס איז געװען פֿאַרהױלן אין אַמנוֹנס אױגן װי אַזױ איר עפּעס צו טאָן.
3 און אַמנוֹן האָט געהאַט אַ חבֿר װאָס זײַן נאָמען איז געװען יונָדבֿ דער זון פֿון שִמְעָה, דָוִדס ברודער, און יונָדבֿ איז געװען זײער אַ קלוגער מענטש. 4 האָט ער צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו אַזױ אָפּגעצערט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, דו בן-מלך? װילסטו מיר נישט זאָגן? האָט אַמנוֹן צו אים געזאָגט: איך האָב ליב תָּמָרן, מײַן ברודער אַבֿשָלומס שװעסטער. 5 האָט יהוֹנָדָב צו אים געזאָגט: לײג זיך אױף דײַן געלעגער, און מאַך זיך קראַנק, און אַז דײַן פֿאָטער װעט דיך קומען זען, אַזױ זאָלסטו זאָגן צו אים: זאָל, איך בעט דיך, קומען מײַן שװעסטער תָּמָר, און מיר געבן עסן שפּײַז, און זאָל זי מאַכן דאָס עסן פֿאַר מײַנע אױגן, כּדי איך זאָל זען, און עסן פֿון איר האַנט.
6 האָט אַמנוֹן זיך געלײגט און זיך געמאַכט קראַנק, און װי דער מלך איז אים געקומען זען, אַזױ האָט אַמנוֹן געזאָגט צום מלך: זאָל, איך בעט דיך, קומען מײַן שװעסטער תָּמָר, און צוברײטן פֿאַר מײַנע אױגן אַ פּאָר פֿאַנקוכנס, און איך װעל עסן פֿון איר האַנט.
7 האָט דָוִד געשיקט צו תָּמָרן אין הױז, אַזױ צו זאָגן: גײ אַקאָרשט אין דײַן ברודער אַמנוֹנס הױז, און מאַך אים עסן.
8 איז תָּמָר געגאַנגען אין איר ברודער אַמנוֹנס הױז; און ער איז געלעגן. און זי האָט גענומען דעם טײג, און האָט געקנעטן און צובאַרײט פֿאַר זײַנע אױגן, און געבאַקט די פֿאַנקוכנס. 9 און זי האָט גענומען די פֿאַן, און האָט אױסגעגאָסן פֿאַר אים; אָבער ער האָט נישט געװאָלט עסן. און אַמנוֹן האָט געזאָגט: פֿירט אַרױס אַלע מענטשן פֿון מיר. זײַנען אַלע מענטשן אַרױסגעגאַנגען פֿון אים. 10 און אַמנוֹן האָט געזאָגט צו תָּמָרן: ברענג דאָס עסן אין קאַמער, און איך װעל עסן פֿון דײַן האַנט. האָט תָּמָר גענומען די פֿאַנקוכנס װאָס זי האָט געמאַכט, און אַרײַנגעבראַכט צו איר ברודער אַמנוֹנען אין קאַמער. 11 און װי זי האָט אים דערלאַנגט צום עסן, אַזױ האָט ער זי אָנגענומען, און האָט געזאָגט: קום ליג מיט מיר, מײַן שװעסטער. 12 האָט זי צו אים געזאָגט: נישט, מײַן ברודער! זאָלסט מיך נישט פּײַניקן, װאָרעם אַזױ װערט נישט געטאָן אין יִשׂרָאֵל; זאָלסט נישט טאָן די דאָזיקע נבֿלה. 13 און איך, װוּ װעל איך אַהינטאָן מײַן חרפּה? און דו װעסט זײַן אַזױ װי אײנער פֿון די נידערטרעכטיקע אין יִשׂרָאֵל. און אַצונד, רעד, איך בעט דיך, צום מלך, װאָרעם ער װעט מיך נישט פֿאַרמײַדן פֿון דיר.
14 אָבער ער האָט נישט געװאָלט צוהערן צו איר קֹול, און ער האָט זי איבערגעשטאַרקט, און האָט זי געפּײַניקט, און איז געלעגן מיט איר.
15 און אַמנוֹן האָט זי פֿײַנט געקריגן זײער אַ גרױס פֿײַנטשאַפֿט; װאָרעם די פֿײַנטשאַפֿט װאָס ער האָט זי פֿײַנט געקריגן, איז געװען גרעסער פֿון דער ליבשאַפֿט װאָס ער האָט זי ליב געהאַט. און אַמנוֹן האָט צו איר געזאָגט: שטײ אױף, גײ. 16 האָט זי צו אים געזאָגט: ניטע! װאָרעם דאָס דאָזיקע בײז מיך אַװעקצושיקן איז נאָך גרעסער װי דאָס אַנדערע װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר. אָבער ער האָט נישט געװאָלט צוהערן צו איר. 17 און ער האָט גערופֿן זײַן יונג, זײַן משרת, און האָט געזאָגט: שיקט אַקאָרשט אַרױס די דאָזיקע פֿון מיר דרױסן, און פֿאַרשליס די טיר הינטער איר. 18 – און זי האָט געהאַט אױף זיך אַ מאַנטל פּסים, װאָרעם אַזעלכע מאַנטלען פֿלעגן טראָגן דעם מלכס טעכטער די יונגפֿרױען. – האָט זײַן משרת זי אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער איר. 19 און תָּמָר האָט גענומען אַש אױף איר קאָפּ, און דאָס מאַנטל פּסים װאָס אױף איר האָט זי צעריסן, און זי האָט אַרױפֿגעטאָן איר האַנט אױף איר קאָפּ, און איז געגאַנגען און גײענדיק געשריִען.
20 האָט צו איר געזאָגט איר ברודער אַבֿשָלום: איז אַמנוֹן דײַן ברודער געװען מיט דיר? און אַצונד, מײַן שװעסטער, שװײַג, װאָרעם ער איז דײַן ברודער; זאָלסט דיר נישט נעמען צום האַרצן די דאָזיקע זאַך. און תָּמָר איז געזעסן אַ װיסטע אין איר ברודער אַבֿשָלומס הױז.
21 און דער מלך דָוִד האָט געהערט אַלע די דאָזיקע זאַכן. און אים האָט זײער געערגערט.
22 און אַבֿשָלום האָט נישט גערעדט מיט אַמנוֹנען פֿון שלעכטס ביז גוטס, װאָרעם אַבֿשָלום האָט פֿײַנט געקריגן אַמנוֹנען דערפֿאַר װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן שװעסטער תָּמָרן.
23 און עס איז געװען אין צװײ יאָר צײַט אַרום, האָט מען געשאָרן בײַ אַבֿשָלומען אין בַעַל-חָצוֹר װאָס בײַ אפֿרים, און אַבֿשָלום האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון מלך. 24 און אַבֿשָלום איז געקומען צום מלך, און האָט געזאָגט: אָט, איך בעט דיך, שערט מען בײַ דײַן קנעכט; זאָל, איך בעט דיך, דער מלך און זײַנע קנעכט מיטגײן מיט דײַן קנעכט. 25 האָט דער מלך געזאָגט צו אַבֿשָלומען: נײן, מײַן זון, לאָמיר אַקאָרשט נישט אַלע גײן, כּדי מיר זאָלן נישט פֿאַלן צו שװער אױף דיר. איז ער צוגעשטאַנען צו אים, אָבער ער האָט נישט געװאָלט גײן, און ער האָט אים געבענטשט. 26 האָט אַבֿשָלום געזאָגט: אױב נישט, זאָל, איך בעט דיך, גײן מיט אונדז מײַן ברודער אַמנוֹן. האָט דער מלך צו אים געזאָגט: נאָך װאָס זאָל ער גײן מיט דיר? 27 איז אַבֿשָלום צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט געשיקט מיט אים אַמנוֹנען און אַלע זין פֿון מלך.
28 און אַבֿשָלום האָט באַפֿױלן זײַנע יונגען, אַזױ צו זאָגן: זעט אַקאָרשט, װי אַמנוֹנס האַרץ איז פֿרײלעך פֿון װײַן, און איך װעל אײַך זאָגן: שלאָגט אַמנוֹנען, אַזױ זאָלט איר אים טײטן; איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך האָב דאָך אײַך באַפֿױלן. שטאַרקט אײַך און זײַט העלדישע יונגען.
29 האָבן די יונגען פֿון אַבֿשָלומען געטאָן צו אַמנוֹנען אַזױ װי אַבֿשָלום האָט באַפֿױלן, און אַלע זין פֿון מלך זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך געזעצט איטלעכער אױף זײַן מױלאײזל, און זײַנען אַנטלאָפֿן. 30 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אונטער װעגנס, אַזױ איז די הערונג אָנגעקומען צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַבֿשָלום האָט דערשלאָגן אַלע זין פֿון מלך, און נישט געבליבן פֿון זײ אַן אײנציקער.
31 איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען, און ער האָט צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט זיך געלײגט אױף דער ערד; און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען געשטאַנען מיט צעריסענע קלײדער. 32 האָט זיך אָפּגערופֿן יונָדבֿ דער זון פֿון שִמְעָה, דָוִדס ברודער, און האָט געזאָגט: זאָל נישט מײנען מײַן האַר, אַלע יונגעלײַט, די זין פֿון מלך, האָט מען געטײט, װאָרעם בלױז אַמנוֹן איז טױט; װײַל דאָס איז געװען אָפּגעמאַכט פֿון אַבֿשָלומס מױל פֿון דעם טאָג װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן שװעסטער תָּמָרן. 33 און אַצונד זאָל מײַן האַר דער מלך זיך נישט נעמען די זאַך צום האַרצן, אַזױ צו זאָגן: אַלע זין פֿון מלך זײַנען טױט, װאָרעם בלױז אַמנוֹן איז טױט.
34 און אַבֿשָלום איז אַנטלאָפֿן.
און דער יונג דער װעכטער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און געזען, ערשט פֿיל פֿאָלק גײען פֿון דעם װעג הינטער אים, פֿון זײַט באַרג. 35 און יונָדבֿ האָט געזאָגט צום מלך: אָן זײַנען געקומען דעם מלכס זין. אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דײַן קנעכט, אַזױ איז געװען.
36 און עס איז געװען, װי ער ענדיקט רעדן, ערשט דעם מלכס זין זײַנען אָנגעקומען, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן געװײנט, און אױך דער מלך און אַלע זײַנע קנעכט האָבן געװײנט זײער אַ גרױס געװײן.
37 און אַבֿשָלום איז אַנטלאָפֿן, און איז אַװעק צו תַּלמַי דעם זון פֿון עַמיהודן, דעם מלך פֿון גשור. און האָט געטרױערט אױף זײַן זון אַלע טעג.
38 אַזױ איז אַבֿשָלום אַנטלאָפֿן, און איז אַװעק קײן גשור, און ער איז דאָרטן געװען דרײַ יאָר.
39 און דָוִד המלך איז אױסגעגאַנגען פֿון בענקשאַפֿט נאָך אַבֿשָלומען, װאָרעם ער האָט זיך שױן געטרײסט װעגן אַמנוֹנען, װאָס ער איז טױט.