Publicidade

2 Samuel 15

1 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אַבֿשָלום אײַנגעשאַפֿט אַ רײַטװאָגן און פֿערד, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס. 2 און אַבֿשָלום פֿלעגט זיך פֿעדערן, און פֿלעגט זיך שטעלן בײַם װעג פֿון טױער; און עס איז געװען, יעטװעדער מאַן װאָס פֿלעגט האָבן אַ קריג װאָס דאַרף קומען צום מלך פֿאַר אַ משפּט, האָט אַבֿשָלום גערופֿן צו אים און געזאָגט: פֿון װאָסער שטאָט ביסטו? האָט יענער געזאָגט: פֿון אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל איז דײַן קנעכט. 3 האָט אַבֿשָלום צו אים געזאָגט: זע, דײַנע טענות זײַנען גוטע און גערעכטע, אָבער קײנער פֿון מלך װעט דיר נישט צוהערן. 4 און אַבֿשָלום האָט געזאָגט: הלװאַי מאַכט מען מיך פֿאַר אַ שופֿט אין לאַנד, און צו מיר זאָל קומען יעטװעדער מאַן װאָס האָט אַ קריג און אַ משפּט; איך װאָלט אים שױן געטאָן גערעכטיקײט.

5 און עס איז געװען, װי אַ מאַן האָט גענענט זיך צו בוקן צו אים, אַזױ פֿלעגט ער אױסשטרעקן זײַן האַנט, און אים אָננעמען, און אים קושן. 6 און אַבֿשָלום האָט געטאָן אַזױ װי די דאָזיקע זאַך צו גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס פֿלעגן קומען פֿאַר אַ משפּט צום מלך. און אַבֿשָלום האָט געגנבֿעט דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון יִשׂרָאֵל.

7 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק יאָר, האָט אַבֿשָלום געזאָגט צום מלך: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און באַצאָלן מײַן נדר װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן צו ה׳, אין חֶבֿרוֹן. 8 װאָרעם אַ נדר האָט אַ נדר געטאָן דײַן קנעכט װען איך בין געזעסן אין גשור אין אַרָם, אַזױ צו זאָגן: אױב אומקערן װעט מיך ה׳ אומקערן קײן ירושָלַיִם, װעל איך דינען ה׳. 9 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן חֶבֿרוֹן.

10 און אַבֿשָלום האָט געשיקט אױסקוקערס אין אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: װי איר הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, אַזױ זאָלט איר זאָגן: אַבֿשָלום איז געװאָרן מלך אין חֶבֿרוֹן.

11 און מיט אַבֿשָלומען זײַנען געגאַנגען צװײ הונדערט מאַן פֿון ירושָלַיִם, מיטגערופֿענע װאָס זײַנען געגאַנגען אומשולדיקערהײט; און זײ האָבן פֿון קײן זאַך נישט געװוּסט.

12 און אַבֿשָלום האָט געשיקט נאָך אַחיתּוֹפֿל דעם גילוֹני, דעם בַעַל-יוֹעץ פֿון דָוִדן, פֿון זײַן שטאָט, פֿון גילוה, בעת ער האָט געשלאַכט די קָרְבֳנוֹת. און דער בונט איז געװען שטאַרק, און דאָס פֿאָלק האָט זיך געהאַלטן אין אײן פֿאַרמערן אַרום אַבֿשָלומען.

13 איז געקומען אַן אָנזאָגער צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון יִשׂרָאֵל איז נאָך אַבֿשָלומען. 14 און דָוִד האָט געזאָגט צו אַלע זײַנע קנעכט װאָס מיט אים אין ירושָלַיִם: שטײט אױף, און לאָמיר אַנטלױפֿן, װאָרעם מיר װעלן נישט האָבן קײן אַנטרינונג פֿון אַבֿשָלומען. אײַלט זיך אַװעקצוגײן, כּדי ער זאָל זיך נישט אונטעראײַלן און אונדז אָניאָגן, און ברענגען אױף אונדז דאָס בײז, און שלאָגן די שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד. 15 האָבן די קנעכט פֿון מלך געזאָגט צום מלך: אַזױ װי אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך װעט אױסדערװײלן! דאָ זײַנען דײַנע קנעכט.

16 איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך, און זײַן גאַנץ הױזגעזינט נאָך אים. און דער מלך האָט איבערגעלאָזן די צען קעפּסװײַבער צו היטן דאָס הױז. 17 און דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען, און דאָס גאַנצע פֿאָלק נאָך אים, און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין בֵית-מרחק. 18 און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרבײַ אים; און אַלע כּרֵתים און אַלע פּלֵתים, און אַלע גַתער, זעקס הונדערט מאַן װאָס זײַנען געקומען הינטער אים פֿון גַת, זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרן מלך.

19 האָט דער מלך געזאָגט צו אִתַּין פֿון גַת: צו װאָס זאָלסט דו אױך גײן מיט אונדז? קער זיך אום, און בלײַב מיט דעם מלך, װאָרעם דו ביסט אַ פֿרעמדער, און אױך ביסטו אַ פֿאַרטריבענער אין דײַן אָרט.

20 ערשט נעכטן ביסטו געקומען, און הײַנט זאָל איך דיך מאַכן װאָגלען צו גײן מיט אונדז, בעת איך אַלײן גײ װוּהין מיר װעט זיך מאַכן? קער זיך אום, און קער אום דײַנע ברידער מיט דיר אין גענאָד און טרײַשאַפֿט. 21 האָט אִתַּי געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, און אַזױ װי מײַן האַר דער מלך לעבט, אַז בלױז אין דעם אָרט װוּ מײַן האַר דער מלך װעט זײַן, סײַ צום טױט סײַ צום לעבן, נאָר דאָרטן װעט זײַן דײַן קנעכט! 22 האָט דָוִד געזאָגט צו אִתַּין: גײ און צי אַריבער. איז אִתַּי פֿון גַת אַריבערגעגאַנגען, און אַלע זײַנע מענטשן, און אַלע קלײנע קינדער װאָס מיט אים.

23 און דאָס גאַנצע לאַנד האָט געװײנט אױף אַ הױכן קֹול, װען דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען; און דער מלך איז אַריבער דעם טײַך קִדרוֹן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן דעם װעג פֿון מדבר. 24 און אָט אױך צָדוֹק און אַלע לוִיִים מיט אים, טראָגנדיק דעם אָרון פֿון ג-טס ברית. און זײ האָבן אַװעקגעשטעלט דעם אָרון פֿון האלֹקים – אױך אֶבֿיָתָר איז אַרױפֿגעגאַנגען – ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן פֿון שטאָט.

25 האָט דער מלך געזאָגט צו צָדוֹקן: קער אום דעם אָרון פֿון האלֹקים אין שטאָט. אױב איך װעל געפֿינען חֵן אין די אױגן פֿון ה׳, װעט ער מיך אומקערן, און װעט מיך לאָזן זען אים און זײַן װױנונג. 26 און אױב ער װעט אַזױ זאָגן: איך װיל דיך נישט, דאָ בין איך, זאָל ער טאָן מיט מיר אַזױ װי עס איז גוט אין זײַנע אױגן.

27 און דער מלך האָט געזאָגט צו צָדוֹק דעם כּהן: זעסטו, קער זיך אום בשלום אין שטאָט, און אַחימַעַץ דײַן זון און יהוֹנָתָן דער זון פֿון אֶבֿיָתָרן, אײַערע בײדנס זין, מיט אײַך. 28 זעט, איך װעל זיך אױפֿהאַלטן אין די פּלױנען פֿון מדבר, ביז עס קומט פֿון אײַך אַ װאָרט מיר אָנצוזאָגן.

29 און צָדוֹק און אֶבֿיָתָר האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון האלֹקים קײן ירושָלַיִם, און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן. 30 און דָוִד איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿאַר הר-הזֵיתים, אַרױפֿגעגאַנגען און געװײנט, און זײַן קאָפּ איז געװען פֿאַרדעקט, און ער איז געגאַנגען באָרװעס; און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן פֿאַרדעקט איטלעכער זײַן קאָפּ, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און אַרױפֿגײענדיק געװײנט.

31 האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַחיתּוֹפֿל איז צװישן די װאָס בונטעװען זיך מיט אַבֿשָלומען. און דָוִד האָט געזאָגט: איך בעט דיך, ה׳, באַנאַריש די עצה פֿון אַחיתּוֹפֿלן.

32 און עס איז געװען, װי דָוִד איז געקומען ביז דעם שפּיץ װאָס מע בוקט זיך דאָרטן צו אלֹקים, ערשט אים קומט אַנטקעגן חוּשַי, דער אַרכּי, מיט זײַן מאַנטל צעריסן, און ערד אױף זײַן קאָפּ. 33 האָט דָוִד צו אים געזאָגט: אַז דו גײסט אַריבער מיט מיר, װעסטו זײַן אױף מיר אַ לאַסט. 34 אָבער אַז דו װעסט זיך אין שטאָט אומקערן, און װעסט זאָגן צו אַבֿשָלומען: איך װעל זײַן דײַן קנעכט, מלך; דײַן פֿאָטערס קנעכט בין איך געװען פֿון אַ מאָל אָן, און אַצונד בין אין דײַן קנעכט, װעסטו מיר פֿאַרשטערן די עצה פֿון אַחיתּוֹפֿלן. 35 און מיט דיר זײַנען דאָך דאָרטן צָדוֹק און אֶבֿיָתָר די כּהנים; איז, איטלעך װאָרט װאָס דו װעסט הערן פֿון מלכס הױז, זאָלסטו דערצײלן צָדוֹק און אֶבֿיָתָר די כּהנים. 36 זע, דאָרטן זײַנען דאָ מיט זײ זײערע בײדנס זין, אַחימַעַץ צָדוֹקס און יהוֹנָתָן אֶבֿיָתָרס, װעט איר דורך זײ מיר צושיקן איטלעך װאָרט װאָס איר װעט הערן.

37 און חוּשַי, דָוִדס גוטער פֿרײַנט, איז געקומען אין שטאָט, װען אַבֿשָלום האָט געזאָלט אָנקומען אין ירושָלַיִם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-