1 און אַחיתּוֹפֿל האָט געזאָגט צו אַבֿשָלומען: לאָמיך אַקאָרשט אױסקלײַבן צװעלף טױזנט מאַן, און איך װעל אױפֿשטײן, און װעל נאָכיאָגן דָוִדן די נאַכט. 2 און איך װעל קומען אױף אים װען ער איז מיד און אָפּהענטיק, און װעל אים דערשרעקן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים װעט אַנטלױפֿן, און איך װעל דערשלאָגן דעם מלך אַלײן; 3 און איך װעל אומקערן צו דיר דאָס גאַנצע פֿאָלק. אַז אַלע װעלן זיך אומקערן דער מאַן װאָס דו זוכסט, װעט דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַן אין פֿריד.
4 איז די זאַך געװען גלײַך אין די אױגן פֿון אַבֿשָלומען, און אין די אױגן פֿון אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל. 5 און אַבֿשָלום האָט געזאָגט: רוף אױך, איך בעט דיך, חוּשַי דעם אַרכּי, און לאָמיר הערן אױך װאָס אין זײַן מױל.
6 איז געקומען חוּשַי צו אַבֿשָלומען, און אַבֿשָלום האָט צו אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט האָט אַחיתּוֹפֿל גערעדט. זאָלן מיר טאָן לױט זײַן װאָרט אָדער נישט? רעד דו. 7 האָט חוּשַי געזאָגט צו אַבֿשָלומען: נישט גוט איז די עצה װאָס אַחיתּוֹפֿל עצהט דאָס מאָל. 8 און חוּשַי האָט געזאָגט: דו קענסט דײַן פֿאָטער און זײַנע מענטשן, אַז זײ זײַנען גיבוֹרים, און זײ זײַנען פֿאַרביטערט אין געמיט, אַזױ װי אַ בערינטע אין פֿעלד באַרױבט פֿון אירע יונגע; אױך איז דײַן פֿאָטער אַ מאַן פֿון מלחמה, און ער װעט נישט נעכטיקן מיטן פֿאָלק. 9 אָט איז ער אַצונד באַהאַלטן אין אײנער פֿון די גריבער, אָדער אין אײנעם פֿון די ערטער; און עס װעט זײַן, אַז עמעצער װעט אין זײ אַרײַנפֿאַלן אין אָנהײב, און אַ הערער װעט הערן, װעט ער זאָגן: אַ מפּלה איז געװען צװישן דעם פֿאָלק װאָס הינטער אַבֿשָלומען. 10 און אַפֿילו דער װאָס איז אַ העלדישער יונג, װאָס זײַן האַרץ איז אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון אַ לײב, װעט אין גאַנצן צעגאַנגען װערן, װאָרעם גאַנץ יִשׂרָאֵל װײס אַז דײַן פֿאָטער איז אַ גיבור, און די װאָס מיט אים זײַנען העלדישע יונגען. 11 אָבער איך עצה אַז אײַנגעזאַמלט זאָל אײַנגעזאַמלט װערן גאַנץ יִשׂרָאֵל אַרום דיר, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע, אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט, און דו אַלײן זאָלסט גײן אין מלחמה. 12 און אַז מיר װעלן קומען אױף אים אין אײנעם פֿון די ערטער װאָס ער געפֿינט זיך דאָרטן, װעלן מיר זיך אַראָפּלאָזן אױף אים, אַזױ װי עס פֿאַלט דער טױ אױף דער ערד; און פֿון אים און פֿון אַלע מענטשן װאָס מיט אים, װעט אַפֿילו אײנער נישט בלײַבן. 13 און אַז ער װעט זיך אַרײַנקלײַבן אין שטאָט, װעלן גאַנץ יִשׂרָאֵל לאָזן אַרױפֿטראָגן צו יענער שטאָט שטריק, און מיר װעלן עס אַראָפּשלעפּן אין טאָל, ביז דאָרטן װעט זיך אַפֿילו אַ שטײנדל נישט געפֿינען.
14 האָט געזאָגט אַבֿשָלום און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל: די עצה פֿון חוּשַי דעם אַרכּי איז בעסער װי די עצה פֿון אַחיתּוֹפֿלן. װאָרעם ה׳ האָט באַשערט צו פֿאַרשטערן די גוטע עצה פֿון אַחיתּוֹפֿלן, כּדי ה׳ זאָל ברענגען דאָס בײז אױף אַבֿשָלומען.
15 און חוּשַי האָט געזאָגט צו צָדוֹק און צו אֶבֿיָתָר די כּהנים: אַזױ און אַזױ האָט אַחיתּוֹפֿל געעצהט אַבֿשָלומען און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַזױ און אַזױ האָב איך געעצהט. 16 און אַצונד, שיקט אױף גיך און זאָגט אָן דָוִדן, אַזױ צו זאָגן. זאָלסט נישט נעכטיקן די נאַכט אין די פּלױנען פֿון מדבר, נאָר אַריבערגײן מוזטו אַריבערגײן, כּדי דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים זאָלן נישט אומגעבראַכט װערן.
17 און יהוֹנָתָן און אַחימַעַץ זײַנען געשטאַנען אין עֵין-רוֹגֵל, און אַ דינסט פֿלעגט גײן און זײ דערצײלן, און זײ פֿלעגן גײן און דערצײלן דעם מלך דָוִדן; װאָרעם זײ האָבן זיך נישט געטאָרט װײַזן אַרײַנצוקומען אין שטאָט.
18 האָט זײ אַ ייִנגל דערזען, און ער האָט דערצײלט אַבֿשָלומען. זײַנען זײ בײדע אױף גיך אַװעק, און זײַנען געקומען צו דעם הױז פֿון אַ מאַן אין בחורים; און ער האָט געהאַט אַ ברונעם אין זײַן הױף, האָבן זײ אַראָפּגענידערט אַהין. 19 און די פֿרױ האָט גענומען און האָט אַריבערגעשפּרײט אַ דעקע איבער דער עפֿענונג פֿון ברונעם, און האָט אױסגעשפּרײט דערױף גריץ, און קײן זאַך איז נישט געװען קאָנטיק. 20 און אַבֿשָלומס קנעכט זײַנען געקומען צו דער פֿרױ אין הױז, און האָבן געזאָגט: װוּ זײַנען אַחימַעַץ און יהוֹנָתָן? האָט די פֿרױ צו זײ געזאָגט: זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם װאַסערשטראָם. האָבן זײ געזוכט, און האָבן נישט געפֿונען; און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.
21 און עס איז געװען נאָך זײער אַװעקגײן, זײַנען זײ אַרױפֿגעקומען פֿון ברונעם, און זײַנען געגאַנגען און האָבן דערצײלט דעם מלך דָוִדן, און זײ האָבן געזאָגט צו דָוִדן: שטײט אױף און גײט אַריבער אױף גיך דעם װאַסער, װאָרעם אַזױ האָט אַחיתּוֹפֿל געעצהט אַקעגן אײַך.
22 איז אױפֿגעשטאַנען דָוִד און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, און זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן; ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן האָט צו מאָל אײנער נישט געפֿעלט װאָס איז נישט אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן.
23 און אַחיתּוֹפֿל האָט געזען אַז זײַן עצה איז נישט געטאָן געװאָרן, און ער האָט אָנגעזאָטלט דעם אײזל, און איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעק צו זײַן הױז, צו זײַן שטאָט, און ער האָט געזאָגט זײַן צַװָאֶה צו זײַן הױזגעזינט, און האָט זיך אױפֿגעהאַנגען; און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער.
24 און דָוִד איז אָנגעקומען קײן מַחנַיִם; און אַבֿשָלום איז אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן, ער און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס מיט אים. 25 און עַמָשׂאָן האָט אַבֿשָלום אױפֿגעזעצט אױף דעם אָרט פֿון יוֹאָבֿ איבערן חיל. און עַמָשׂא איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן מיטן נאָמען יִתראָ דער יִשׂרָאֵלי, װאָס איז געקומען צו אַבֿיגַיִל דער טאָכטער פֿון נָחשן, אַ שװעסטער פֿון צרוּיָה, יוֹאָבֿס מוטער. 26 און יִשׂרָאֵל און אַבֿשָלום האָבן געלאַגערט אין לאַנד גִלעָד.
27 און עס איז געװען, װי דָוִד איז אָנגעקומען קײן מַחנַיִם, אַזױ שוֹבֿי דער זון פֿון נָחשן, פֿון רַבָה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און מָכיר דער זון פֿון עַמיאֵלן, פֿון לוֹ-דבֿר, און בַרזִלַי דער גִלעָדער פֿון רוֹגלים, 28 געבראַכט בעטגעװאַנט, און בעקנס, און לײמענע כּלים, און װײץ און גערשטן, און מעל, און געברענטע זאַנגען, און בעבלעך, און לינדזן, און געברענטע אַרבעס, 29 און האָניק, און שמאַנט, און שאָף, און רינדערנע קעז, פֿאַר דָוִדן און פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס מיט אים, צום עסן; װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: דאָס פֿאָלק איז הונגעריק און מיד און דאָרשטיק אין דער מדבר.