Publicidade

2 Samuel 14

1 און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן האָט געװוּסט אַז דעם מלכס האַרץ איז צו אַבֿשָלומען. 2 האָט יוֹאָבֿ געשיקט קײן תּקוֹעַ, און האָט געבראַכט פֿון דאָרטן אַ קלוגע פֿרױ, און האָט צו איר געזאָגט: מאַך זיך, איך בעט דיך, טרױערנדיק, און טו אָן, איך בעט דיך, טרױערקלײדער, און זאָלסט זיך נישט זאַלבן מיט אײל, און זאָלסט זײַן װי אַ פֿרױ װאָס טרױערט שױן פֿיל טעג נאָך אַ טױטן.

3 און זאָלסט קומען צום מלך, און רעדן צו אים אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט. און יוֹאָבֿ האָט אַרײַנגעטאָן די װערטער אין איר מױל.

4 האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹעַ גערעדט צום מלך, און זי איז געפֿאַלן אױף איר פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט און געזאָגט: העלף, מלך. 5 האָט דער מלך צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ פֿרױ אַן אַלמנה בין איך, װאָרעם מײַן מאַן איז געשטאָרבן. 6 און דײַן דינסט האָט געהאַט צװײ זין, האָבן זײ זיך בײדע געקריגט אין פֿעלד, און נישט געװען װער זאָל פֿונאַנדערגײַן צװישן זײ, האָט אײנער געשלאָגן דעם אַנדערן און אים געטײט. 7 און אָט איז אָנגעשטאַנען די גאַנצע משפּחה אױף דײַן דינסט, און זײ זאָגן: גיב אונדז דעם װאָס האָט דערשלאָגן זײַן ברודער, און מיר װעלן אים טײטן פֿאַר דעם לעבן פֿון זײַן ברודער װאָס ער האָט געהרגעט, און מיר װעלן פֿאַרטיליקן אױך דעם יורש. און זײ װילן אױסלעשן מײַן קױל װאָס איז געבליבן, נישט צו לאָזן מײַן מאַן אַ נאָמען און אַן איבערבלײַב אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.

8 האָט דער מלך געזאָגט צו דער פֿרױ: גײ אַהײם, און איך װעל באַפֿעלן װעגן דיר. 9 האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹעַ געזאָגט צום מלך: אױף מיר, מײַן האַר מלך, די שולד, און אױף מײַן פֿאָטערס הױז, און דער מלך און זײַן טראָן איז רײן. 10 האָט דער מלך געזאָגט: דער װאָס רעדט צו דיר, זאָלסטו אים ברענגען צו מיר, און ער װעט דיך מער װידער נישט אָנרירן. 11 האָט זי געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דער מלך געדענקען ה׳ דײַן ג-ט, אַז דער בלוט דערלײזער זאָל נישט נאָך מער אומברענגען, און זײ זאָלן נישט פֿאַרטיליקן מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי ה׳ לעבט, אױב אַ האָר פֿון דײַן זון װעט פֿאַלן צו דער ערד!

12 האָט די פֿרױ געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דײַן דינסט רעדן צו מײַן האַר דעם מלך אַ װאָרט. האָט ער געזאָגט: רעד.

13 האָט די פֿרױ געזאָגט: און פֿאַר װאָס טראַכטסטו אַזױנס אַקעגן דעם פֿאָלק פֿון אלֹקים? װאָרעם אַז דער מלך רעדט דאָס דאָזיקע װאָרט, איז ער אַלײן אַזױ װי אַ שולדיקער, װאָס דער מלך קערט נישט אום זײַן פֿאַרשטױסענעם. 14 װאָרעם שטאַרבן מוזען מיר שטאַרבן; יאָ, אַזױ װי װאַסער אױסגעגאָסן אױף דער ערד, װאָס קען נישט אױפֿגעזאַמלט װערן; און אלֹקים שױנט נישט קײן נפֿש; אָבער ער טראַכט טראַכטונגען אַז פֿון אים זאָל נישט פֿאַרשטױסן װערן קײן פֿאַרשטױסענער. 15 און אַצונד, װאָס איך בין געקומען רעדן צו מײַן האַר דעם מלך דאָס דאָזיקע װאָרט, איז דאָס װײַל דאָס פֿאָלק האָט מיך אײַנגעשראָקן, און דײַן דינסט האָט געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט רעדן צום מלך, אפֿשר װעט דער מלך טאָן דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַן דינסט. 16 װאָרעם דער מלך װעט זיך צוהערן, מציל צו זײַן זײַן דינסט פֿון דער האַנט פֿון דעם מאַן װאָס װיל פֿאַרטיליקן מיך און מײַן זון אין אײנעם פֿון ג-טס נחלה. 17 און דײַן דינסט האָט געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון מײַן האַר דעם מלך זײַן פֿאַר אַ מנוחה; װאָרעם װי אַ מלאך פֿון ה׳, אַזױ איז מײַן האַר דער מלך אױף צו פֿאַרשטײן גוטס און שלעכטס. און זאָל ה׳ דײַן ג-ט זײַן מיט דיר.

18 האָט געענטפֿערט דער מלך און האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: זאָלסט נאָר נישט לײקענען פֿון מיר קײן זאַך װאָס איך פֿרעג דיך. האָט די פֿרױ געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך רעדן.

19 האָט דער מלך געזאָגט: איז יוֹאָבֿס האַנט געװען מיט דיר אין דעם אַלעם? האָט די פֿרױ געענטפֿערט און געזאָגט: אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר מלך, אױב מע קען אַװעק רעכטס אָדער לינקס פֿון אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך האָט גערעדט! װאָרעם דײַן קנעכט, יוֹאָבֿ, ער האָט מיר באַפֿױלן, און ער האָט אַרײַנגעטאָן אין מױל פֿון דײַן דינסט אַלע די דאָזיקע װערטער. 20 כּדי צו פֿאַרדרײען דעם פּנים פֿון דער זאַך, האָט דײַן קנעכט יוֹאָבֿ געטאָן די דאָזיקע זאַך. אָבער מײַן האַר איז קלוג אַזױ װי די קלוגשאַפֿט פֿון אַ מלאך פֿון האלֹקים, צו װיסן אַלץ װאָס אױף דער ערד.

21 און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זע, איך טו די דאָזיקע זאַך, און גײ קער אום דעם יונג אַבֿשָלומען.

22 איז יוֹאָבֿ געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט, און האָט געבענטשט דעם מלך. און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט: הײַנט װײס דײַן קנעכט אַז איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, מײַן האַר מלך, װאָרעם דער מלך האָט געטאָן דעם פֿאַרלאַנג פֿון דײַן קנעכט.

23 און יוֹאָבֿ איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן גשור, און האָט געבראַכט אַבֿשָלומען קײן ירושָלַיִם. 24 און דער מלך האָט געזאָגט: זאָל ער פֿאַרקערן צו זײַן הױז, אָבער מײַן פּנים זאָל ער נישט זען. האָט אַבֿשָלום פֿאַרקערט צו זײַן הױז, און דעם מלכס פּנים האָט ער נישט געזען.

25 און אין גאַנץ יִשׂרָאֵל איז נישט געװען אַזאַ שענער מאַן װי אַבֿשָלום, זײער צו רימען; פֿון זײַן פֿוסטריט ביז זײַן שפּיץ קאָפּ איז אין אים נישט געװען אַ פֿעלער. 26 און אַז ער האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ – און געשען פֿלעגט עס פֿון סוף יאָר צו יאָר, אַז ער זאָל זיך אָפּשערן; װאָרעם אַז עס איז אים צו שװער געװאָרן, האָט ער עס אָפּגעשאָרן – האָט ער אָפּגעװױגן די האָר פֿון זײַן קאָפּ מיט צװײ הונדערט שקל אױפֿן מלכס געװיכט.

27 און בײַ אַבֿשָלומען זײַנען געבאָרן געװאָרן דרײַ זין, און אײן טאָכטער װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר. זי איז געװען אַ װײַבספּאַרשױן פֿון אַ שײנעם אױסזען.

28 און אַבֿשָלום איז געזעסן אין ירושָלַיִם צװײ יאָר צײַט, און דעם מלכס פּנים האָט ער נישט געזען. 29 האָט אַבֿשָלום געשיקט נאָך יוֹאָבֿן, כּדי אים צו שיקן צום מלך, אָבער ער האָט נישט געװאָלט קומען צו אים. האָט ער װידער געשיקט אַ צװײט מאָל, און ער האָט נישט געװאָלט קומען. 30 האָט ער געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זעט, יוֹאָבֿס שטיק פֿעלד איז לעבן מײַנעם, און ער האָט דאָרטן גערשטן; גײט און צינדט עס אָן אין פֿײַער. און די קנעכט פֿון אַבֿשָלומען האָבן אָנגעצונדן דאָס שטיק פֿעלד אין פֿײַער.

31 איז יוֹאָבֿ אױפֿגעשטאַנען, און איז געקומען צו אַבֿשָלומען אין הױז, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָבן דײַנע קנעכט אָנגעצונדן מײַן שטיק פֿעלד אין פֿײַער? 32 האָט אַבֿשָלום געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זע, איך האָב געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: קום אַהער, און איך װעל דיך שיקן צום מלך, אַזױ צו זאָגן: נאָך װאָס בין איך געקומען פֿון גשור? בעסער פֿאַר מיר, איך זאָל נאָך דאָרטן זײַן. און אַצונד, לאָמיך זען דעם פּנים פֿון מלך, און אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרברעך, זאָל ער מיך טײטן.

33 איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך, און האָט אים דערצײלט. האָט ער גערופֿן אַבֿשָלומען, און ער איז געקומען צום מלך, און האָט זיך געבוקט אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַרן מלך. און דער מלך האָט געקושט אַבֿשָלומען.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-