1 האָט דער מלך אױפֿגעציטערט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין דער אױבערשטוב פֿון טױער, און האָט געװײנט; און גײענדיק האָט ער אַזױ געזאָגט: מײַן זון אַבֿשָלום, זון מײַנער, אַבֿשָלום מײַן זון! הלװאַי װאָלט איך געשטאָרבן אַנשטאָט דיר, אַבֿשָלום מײַן זון, זון מײַנער! 2 איז אָנגעזאָגט געװאָרן יוֹאָבֿן: זע, דער מלך װײנט, און ער טרױערט אױף אַבֿשָלומען. 3 און די ישועה אין יענעם טאָג איז געװאָרן צו טרױער פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט געהערט אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דער מלך איז באַקלעמט װעגן זײַן זון. 4 און דאָס פֿאָלק איז אין יענעם טאָג זיך גנבֿענדיק אַרײַנגעקומען אין שטאָט, אַזױ װי דאָס פֿאָלק גנבֿעט זיך פֿאַרשעמטערהײט װען זײ אַנטלױפֿן אין אַ מלחמה. 5 און דער מלך האָט אײַנגעװיקלט זײַן פּנים, און דער מלך האָט געשריִען אױף אַ הױכן קֹול: מײַן זון אַבֿשָלום, אַבֿשָלום מײַן זון, זון מײַנער! 6 איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך אין הױז, און האָט געזאָגט: האָסט הײַנט פֿאַרשעמט דעם פּנים פֿון אַלע דײַנע קנעכט װאָס האָבן הײַנט געראַטעװעט דײַן לעבן, און דאָס לעבן פֿון דײַנע זין און דײַנע טעכטער, און דאָס לעבן פֿון דײַנע װײַבער, און דאָס לעבן פֿון דײַנע קעפּסװײַבער, 7 ליב צו האָבן דײַנע פֿײַנט, און פֿײַנט צו האָבן דײַנע ליבהאָבער. װאָרעם האָסט הײַנט געלאָזט װיסן, אַז בײַ דיר זײַנען נישטאָ קײן הױפּטלײַט און קײן קנעכט: װײַל הײַנט װײס איך, אַז װען אַבֿשָלום לעבט, און מיר אַלע זײַנען הײַנט טױט, װאָלט דענצמאָל געװען רעכט אין דײַנע אױגן. 8 און אַצונד, שטײ אױף, גײ אַרױס, און רעד צום האַרצן פֿון דײַנע קנעכט, װאָרעם איך שװער בײַ ה׳, אַז דו גײסט נישט אַרױס, אױב אַ מענטש װעט בײַ דיר בלײַבן די נאַכט! און דאָס װעט דיר זײַן ערגער װי אַל דאָס בײז װאָס איז געקומען אױף דיר פֿון דײַן יוגנט אָן ביז אַצונד. 9 איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען, און ער האָט זיך געזעצט אין טױער, און דעם גאַנצן פֿאָלק האָט מען אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זעט, דער מלך זיצט אין טױער. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען פֿאַרן מלך. און אַז יִשׂרָאֵל איז אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן 10 האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל געטענהט, אַזױ צו זאָגן: דער מלך האָט אונדז מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט, און ער האָט אונדז געראַטעװעט פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אַצונד איז ער אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד פֿון װעגן אַבֿשָלומען. 11 און אַבֿשָלום, װאָס מיר האָבן געזאַלבט איבער אונדז, איז אומגעקומען אין דער מלחמה, הײַנט פֿאַר װאָס שװײַגט איר װעגן אומקערן דעם מלך?
12 און דער מלך דָוִד האָט געשיקט צו צָדוֹק און צו אֶבֿיָתָר די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: רעדט צו די עלטסטע פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך אין זײַן הױז? – װאָרעם דאָס װאָרט פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל איז אָנגעקומען צום מלך אין זײַן הױז? – 13 מײַנע ברידער זײַט איר, מײַן בײן און מײַן פֿלײש זײַט איר, און פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך? 14 און צו עַמָשׂאָן זאָלט איר זאָגן: מײַן בײן און מײַן פֿלײש ביסטו דאָך. זאָל מיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דו װעסט נישט זײַן בײַ מיר אַלע טעג דער חיל-לידער אױף דעם אָרט פֿון יוֹאָבֿ! 15 און ער האָט צוגענײַגט דאָס האַרץ פֿון אַלע מענער פֿון יהוּדה אַזױ װי אײן מאַן. און זײ האָבן געשיקט צום מלך: קער זיך אום דו און אַלע דײַנע קנעכט.
16 האָט דער מלך זיך אומגעקערט, און ער איז געקומען ביזן יַרדן. און יהוּדה איז געקומען קײן גִלגָל צו גײן אַנטקעגן דעם מלך, כּדי אַריבערצופֿירן דעם מלך איבערן יַרדן. 17 און שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן, דער בנימינער, װאָס פֿון בחורים, האָט געאײַלט און אַראָפּגענידערט מיט די מענער פֿון יהוּדה אַנטקעגן דעם מלך דָוִד; 18 און מיט אים טױזנט מאַן פֿון בנימין, און ציבֿאָ, שָאולס קנעכט, און זײַנע פֿופֿצן זין און זײַנע צװאַנציק קנעכט מיט אים. און זײ זײַנען אַריבער דעם יַרדן פֿאַרן מלך. 19 און זײ זײַנען אַריבערגעקומען דעם טײַך אױפֿן פּליטיקן אָרט, כּדי אַריבערצופֿירן דעם מלכס הױזגעזינט, און צו טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. איז שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן געפֿאַלן פֿאַרן מלך, װען ער האָט געװאָלט אַריבערגײן דעם יַרדן. 20 און ער האָט געזאָגט צום מלך: זאָל מײַן האַר מיר נישט צורעכענען אַ זינד, און זאָלסט נישט דערמאָנען װאָס דײַן קנעכט האָט פֿאַרבראָכן אין דעם טאָג װאָס מײַן האַר דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם, אַז דער מלך זאָל זיך דאָס נעמען צום האַרצן. 21 װאָרעם דײַן קנעכט װײס אַז איך האָב געזינדיקט, און אָט בין איך געקומען הײַנט דער ערשטער פֿון גאַנצן הױז פֿון יוֹסף, אַראָפּצונידערן אַנטקעגן מײַן האַר דעם מלך. 22 האָט זיך אָפּגערופֿן אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן, און האָט געזאָגט: זאָל נישט שִמְעִי געטײט װערן פֿאַר דעם, װײַל ער האָט געשאָלטן דעם געזאַלבטן פֿון ה׳? 23 האָט דָוִד געזאָגט: װאָס קער איך זיך אָן מיט אײַך, איר זין פֿון צרוּיָהן, אַז איר זאָלט מיר הײַנט זײַן פֿאַר אַ שטער? זאָל הײַנט געטײט װערן אַ מענטש פֿון יִשׂרָאֵל? װאָרעם פֿאַר װאָר, ערשט װײס איך אַז הײַנט בין איך אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל. 24 און דער מלך האָט געזאָגט צו שִמְעִין: װעסט נישט שטאַרבן. און דער מלך האָט אים געשװאָרן.
25 און מפֿיבֿוֹשת, שָאולס זון, האָט אַראָפּגענידערט אַנטקעגן דעם מלך, און ער האָט נישט צורעכט געמאַכט זײַנע פֿיס, און נישט צורעכט געמאַכט זײַנע װאָנסעס, און זײַנע קלײדער נישט געװאַשן, פֿון דעם טאָג װאָס דער מלך איז אַװעקגעגאַנגען ביז דעם טאָג װאָס ער איז צוריקגעקומען בשלום. 26 און עס איז געװען, אַז ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם דעם מלך אַנטקעגן, האָט דער מלך צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו נישט געגאַנגען מיט מיר, מפֿיבֿוֹשת? 27 האָט ער געזאָגט: מײַן האַר מלך, מײַן קנעכט האָט מיך גענאַרט, װאָרעם דײַן קנעכט האָט געזאָגט: איך װעל מיר אָנזאָטלען די אײזעלין, און װעל רײַטן אױף איר, און װעל גײן מיטן מלך; װײַל דײַן קנעכט איז אַ הינקעדיקער. 28 און ער האָט אָנגערעדט אױף דײַן קנעכט פֿאַר מײַן האַר דעם מלך, אָבער מײַן האַר דער מלך איז אַזױ װי אַ מלאך פֿון אלֹקים; דערום טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן. 29 װאָרעם דאָס גאַנצע הױז פֿון מײַן פֿאָטער איז נישט אַנדערש װי װערט געװען דעם טױט בײַ מײַן האַר דעם מלך, פֿון דעסט װעגן האָסטו געמאַכט דײַן קנעכט צװישן די װאָס עסן בײַ דײַן טיש, און װאָסער רעכט האָב איך נאָך, צו מאָל זיך נאָך צו קלאָגן פֿאַרן מלך? 30 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: צו װאָס נאָך זאָלסטו רעדן דײַנע רײד? איך הײס: דו און ציבֿאָ זאָלט זיך טײלן מיטן פֿעלד. 31 האָט מפֿיבֿוֹשת געזאָגט צום מלך: זאָל ער אױך דאָס גאַנצע צונעמען, נאָך דעם אַז מײַן האַר דער מלך איז געקומען בשלום אין זײַן הױז.
32 און בַרזִלַי דער גִלעָדער האָט אַראָפּגענידערט פֿון רוֹגלים, און ער איז אַריבערגעגאַנגען מיטן מלך צום יַרדן, כּדי אים צו באַלײטן איבערן יַרדן. 33 און בַרזִלַי איז געװען זײער אַלט, אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר; און ער האָט אױסגעהאַלטן דעם מלך װען ער איז געזעסן אין מַחנַיִם, װאָרעם ער איז געװען זײער אַ רײַכער מאַן. 34 האָט דער מלך געזאָגט צו בַרזִלַין: קום דו אַריבער מיט מיר, און איך װעל דיך אױסהאַלטן בײַ מיר אין ירושָלַיִם. 35 האָט בַרזִלַי געזאָגט צום מלך: װי פֿיל נאָך זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן לעבן, אַז איך זאָל אַרױפֿגײן מיטן מלך קײן ירושָלַיִם? 36 איך בין הײַנט אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר; װעל איך דען װיסן צװישן גוטס און שלעכטס? װעט דען דײַן קנעכט שפּירן אַ טעם אין װאָס איך װעל עסן און װאָס איך װעל טרינקען? קען איך דען נאָך הערן דעם קֹול פֿון זינגערס און זינגערינס? און צו װאָס זאָל דײַן קנעכט נאָך זײַן צו לאַסט אױף מײַן האַר דעם מלך? 37 קױם קען דײַן קנעכט אַריבערגײן דעם יַרדן מיטן מלך; און נאָך װאָס זאָל מיר דער מלך פֿאַרגעלטן די דאָזיקע פֿאַרגעלטונג? 38 זאָל, איך בעט דיך, דײַן קנעכט זיך אומקערן, און לאָמיך שטאַרבן אין מײַן שטאָט בײַם קבֿר פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. אָבער אָט איז דײַן קנעכט כִּמהָם, זאָל ער אַריבערגײן מיט מײַן האַר דעם מלך, און טו מיט אים װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן. 39 האָט דער מלך געזאָגט: זאָל כִּמהָם אַריבערגײן מיט מיר, און איך װעל טאָן מיט אים װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; און אַלץ װאָס דו װעסט פֿאַרלאַנגען פֿון מיר, װעל איך דיר טאָן. 40 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן, און דער מלך איז אַריבערגעגאַנגען. און דער מלך האָט געקושט בַרזִלַין, און האָט אים געבענטשט. און ער האָט זיך אומגעקערט אין זײַן הײם. 41 און דער מלך איז אַריבערגעגאַנגען קײן גִלגָל, און כִּמהָם איז אַריבערגעגאַנגען מיט אים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה, און אױך אַ העלפֿט פֿון דעם פֿאָלק פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן אַריבערגעפֿירט דעם מלך.
42 ערשט אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען צום מלך, און זײ האָבן געזאָגט צום מלך: פֿאַר װאָס האָבן דיך אַװעקגעגנבֿעט אונדזערע ברידער, די מענער פֿון יהוּדה, און האָבן אַריבערגעפֿירט דעם מלך און זײַן הױזגעזינט איבערן יַרדן, און אַלע מענטשן פֿון דָוִדן מיט אים? 43 האָבן אַלע מענער פֿון יהוּדה געענטפֿערט די מענער פֿון יִשׂרָאֵל: װײַל דער מלך איז אונדז אַ קרובֿ. און פֿאַר װאָס דען פֿאַרדריסט אײַך אױף דער דאָזיקער זאַך? האָבן מיר דען עסן געגעסן פֿון דעם מלכס? צי איז אונדז אַ געשאַנק געשאָנקען געװאָרן? 44 האָבן די מענער פֿון יִשׂרָאֵל געענטפֿערט די מענער פֿון יהוּדה, און געזאָגט: מיר האָבן צען חלקים אין מלך, און מיר זײַנען אױך בילכער אױף דָוִדן פֿון אײַך, הײַנט פֿאַר װאָס האָט איר אונדז צו קלײן געמאַכט? און איז נישט אונדזער װאָרט געװען דאָס ערשטע אומצוקערן אונדזער מלך? און די װערטער פֿון די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געװען האַרטער װי די װערטער פֿון די מענער פֿון יִשׂרָאֵל.