Publicidade

Levítico 12

תַזְרִיעַ

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן. 3 און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל געמַלט װערן דאָס פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 4 און דרײַסיק טעג מיט דרײַ טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך זאָל זי זיך נישט אָנרירן, און אין מִקדָש זאָל זי נישט קומען, ביז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פֿול. 5 אױב אָבער זי װעט געבערן אַ מײדל, זאָל זי זײַן אומרײן צװײ װאָכן, אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג, און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג. 6 און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פֿול, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל, זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ יונגע טױב, אָדער אַ טורטלטױב, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כּהן. 7 און ער זאָל עס מקריבֿ זײַן פֿאַר ה׳, און מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן פֿון איר בלוטקװאַל. דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל.

8 און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט נישט גענוג אױף אַ לאַם, זאָל זי נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-