1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַז זײ זאָלן זיך האַלטן אָפּגעשײדט פֿון די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ הײליקן צו מיר, און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען: איך בין ה׳.
3 זאָג צו זײ: איטלעכער מאַן פֿון אַל אײַער זאָמען אױף אײַערע דור-דורות װאָס װעט גענענען צו די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן הײליקן צו ה׳, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר: איך בין ה׳. 4 יעטװעדער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן װאָס איז אַ מצוֹרע אָדער אַ פֿלוסיקער, טאָר פֿון די הײליקע זאַכן נישט עסן, ביז ער װעט רײן װערן. און דער װאָס רירט זיך אָן אָן עמיצן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן; אָדער אַ מאַן װאָס פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען; 5 אָדער אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן װאָסער עס איז שרץ װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, אָדער אָן אַ מענטשן װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז – 6 דער מענטש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײ, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און ער זאָל נישט עסן פֿון די הײליקע זאַכן, סײַדן ער האָט געבאָדן זײַן לײַב אין װאַסער. 7 און אַז די זון װעט אונטערגײן, זאָל ער זײַן רײן, און דערנאָך מעג ער עסן פֿון די הײליקע זאַכן, װאָרעם דאָס איז זײַן ברױט. 8 געפֿאַלנס און פֿאַרצוקטס זאָל ער נישט עסן, צו װערן אומרײן דערמיט: איך בין ה׳. 9 און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג, כּדי זײ זאָלן נישט טראָגן װעגן דעם אַ זינד און שטאַרבן דורך דעם, אַז זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן: איך ה׳ הײליק זײ. 10 און קײן פֿרעמדער טאָר נישט עסן הײליקס; אַ װױנער בײַ אַ כּהן, אָדער אַ געדונגענער, טאָר נישט עסן הײליקס. 11 און אַז אַ כּהן װעט קױפֿן עמיצן אין אײַנקױף פֿאַר זײַן געלט, מעג ער עסן דערפֿון; און די װאָס זײַנען געבאָרן אין זײַן הױז, זײ מעגן עסן פֿון זײַן ברױט. 12 און די טאָכטער פֿון אַ כּהן אַז זי װעט נעמען אַ מאַן אַ פֿרעמדן, טאָר זי פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג נישט עסן. 13 אָבער די טאָכטער פֿון אַ כּהן, אַז זי װעט װערן אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, און קײן קינדער האָט זי נישט, און זי װעט זיך אומקערן צו איר פֿאָטערס הױז אַזױ װי אין איר יוגנט, מעג זי עסן פֿון איר פֿאָטערס ברױט; אָבער קײן פֿרעמדער טאָר דערפֿון נישט עסן. 14 און אַז עמיצער װעט עסן הײליקס דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און אָפּצאָלן דאָס הײליקע צום כּהן. 15 און זײ זאָלן נישט פֿאַרשװעכן די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ שײדן אָפּ צו ה׳, 16 און זײ מאַכן טראָגן אַ זינד פֿון פֿאַרשולדיקונג, אַז זײ װעלן עסן זײערע הײליקע זאַכן; װאָרעם איך ה׳ הײליק זײ.
17 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18 רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן אין יִשׂרָאֵל, װעט ברענגען זײַן קָרבָּן, פֿון אַלע זײערע נדרים, אָדער פֿון אַלע זײערע פֿרײַװיליקע נדבֿה, װאָס זײ װעלן ברענגען צו ה׳ פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, 19 כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן, מוז עס זײַן אַ זָכר אָן אַ פֿעלער, פֿון רינדער, פֿון שעפּסן, אָדער פֿון ציגן. 20 קײנס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום זאָלט איר נישט ברענגען, װאָרעם עס װעט אײַך נישט זײַן צו באַװיליקונג. 21 און אַז אַ מאַן װעט ברענגען אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה, פֿון רינדער, אָדער פֿון שאָף, מוז עס זײַן נישט געפֿעלערט, כּדי באַװיליקט צו װערן; קײן מום זאָל אין אים נישט זײַן. 22 אַ בלינדס, אָדער אַ געשעדיקטס, אָדער אַ פֿאַרקריפּלטס, אָדער מיט אַ גוז, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פֿײַכטע קרעץ – די דאָזיקע זאָלט איר נישט ברענגען צו ה׳, און נישט מאַכן פֿון זײ אַ פֿײַעראָפּפֿער אױפֿן מזבח צו ה׳. 23 און אַן אָקס אָדער אַ לאַם מיט אײן גליד צו לאַנג אָדער צו קורץ, דאָס מעגסטו מאַכן אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה, אָבער פֿאַר אַ נדר װעט עס נישט באַװיליקט װערן. 24 און אַזאַ װאָס זײַנע געשלעכטגלידער זײַנען צעדריקט, אָדער צעהאַקט, אָדער אָנגעריסן, אָדער אױסגעשניטן, זאָלט איר נישט ברענגען צו ה׳; און איר זאָלט אין אײַער לאַנד נישט מאַכן אַזױ-װאָס. 25 אַפֿילו פֿון דער האַנט פֿון אַ פֿרעמדן זאָלט איר נישט ברענגען די שפּײַז פֿון אלוקיכם פֿון אַלע די דאָזיקע, װאָרעם זײער פֿאַרדאַרבונג איז אין זײ, אַ מום איז אין זײ; זײ װעלן נישט באַװיליקט װערן פֿון אײַך.
26 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
27 אַ רינד, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אַז עס װעט געבאָרן װערן, זאָל עס זיבן טעג זײַן אונטער זײַן מוטער, און פֿון אַכטן טאָג אָן און װײַטער װעט עס באַװיליקט װערן פֿאַר אַ קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 28 און אַ רינד צי אַ שאָף, זאָלט איר עס נישט שעכטן אין אײן טאָג מיט זײַן קינד. 29 און אַז איר װעט שלאַכטן אַ דאַנקאָפּפֿער צו ה׳, זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן. 30 אין דעם אײגענעם טאָג זאָל עס געגעסן װערן; איר זאָלט נישט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי: איך בין ה׳. 31 און איר זאָלט היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן: איך בין ה׳. 32 און איר זאָלט נישט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען, כּדי איך זאָל זײַן געהײליקט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין ה׳ װאָס הײליקט אײַך; 33 דער װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם לאַנד מִצרַיִם, צו זײַן צו אײַך אלֹקים: איך בין ה׳.