Publicidade

Levítico 20

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 אױך זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: יעטװעדער מאַן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין יִשׂרָאֵל, װאָס װעט געבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, זאָל טײטן געטײט װערן; דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער. 3 און איך װעל קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק, װײַל ער האָט געגעבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, כּדי צו פֿאַראומרײניקן מײַן מִקדָש, און צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען. 4 און אױב פֿאַרהױלן װעט פֿאַרהױלן דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זײערע אױגן פֿון יענעם מענטשן, װען ער גיט פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, אים נישט צו טײטן, 5 װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און קעגן זײַן משפּחה, און איך װעל אים, און אַלע װאָס זײַנען פֿאַרפֿירט נאָך אים צו זײַן פֿאַרפֿירט נאָך מוֹלֶך, פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.

6 און די זעל װאָס װעט זיך װענדן צו גײַסטער און צו רוחות, צו זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײ, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענער זעל, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. 7 און איר זאָלט אײַך הײליקן, און זײַן הײליק, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם. 8 און איר זאָלט היטן מײַנע געזעצן און זײ טאָן: איך בין ה׳ װאָס הײליקט אײַך. 9 װאָרעם יעטװעדער אײנער װאָס װעט שילטן זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן; זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער האָט ער געשאָלטן, זײַן בלוט אױף אים! 10 און אַ מאַן װאָס װעט מזַנה זײַן מיט אַן אֵשֶת-איש – אַז ער װעט מזַנה זײַן מיט זײַן חבֿרס װײַב, זאָל טײטן געטײט װערן אי דער מאַן, אי די פֿרױ, װאָס האָט מזַנה געװען. 11 און אַ מאַן, אַז ער װעט ליגן מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿאָטער אַנטפּלעקט; טײטן געטײט װערן זאָלן זײ בײדע; זײער בלוט אױף זײ! 12 און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן שנור, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן בײדע; אַ פֿאַרמישונג זײַנען זײ באַגאַנגען, זײער בלוט אױף זײ! 13 און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ האָבן זײ בײדע אַן אומװערדיקײט געטאָן; טײטן זאָלן זײ געטײט װערן; זײער בלוט אױף זײ! 14 און אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ פֿרױ מיט איר מוטער, איז דאָס אַ שענדלעכקײט; אין פֿײַער זאָל מען פֿאַרברענען אי אים, אי זײ, כּדי עס זאָל נישט זײַן קײן שענדלעכקײט צװישן אײַך. 15 און אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַ בהמה, זאָל ער טײטן געטײט װערן, און די בהמה זאָלט איר הרגען. 16 און אַז אַ פֿרױ װעט גענענען צו װאָסער עס איז בהמה צו ליגן מיט איר, זאָלסטו הרגען אי די פֿרױ, אי די בהמה; טײטן מוזן זײ געטײט װערן, זײער בלוט אױף זײ! 17 און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער, און ער װעט זען איר שאַנד, און זי װעט זען זײַן שאַנד, איז דאָס אַ שאַנדהאַפֿטיקײט, און זײ זאָלן פֿאַרשניטן װערן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון זײער פֿאָלק; די שאַנד פֿון זײַן שװעסטער האָט ער אַנטפּלעקט, זאָל ער טראָגן זײַן זינד. 18 און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אין איר קראַנקשאַפֿט, און װעט אַנטפּלעקן איר שאַנד – ער האָט אַנטבלױזט איר קװאַל, און זי האָט אַנטפּלעקט דעם קװאַל פֿון איר בלוט, זאָלן זײ בײדע פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק. 19 און די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער, אָדער פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; װאָרעם זײַן לײַבנאָנטע אַנטבלױזט ער; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד. 20 און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן מומען, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿעטער אַנטפּלעקט; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אָן קינדער זאָלן זײ שטאַרבן. 21 און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן ברודערס װײַב, איז דאָס אַן אומרײניקײט; די שאַנד פֿון זײַן ברודער האָט ער אַנטפּלעקט; אָן קינדער זאָלן זײ בלײַבן.

22 און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי דאָס לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זיך צו באַזעצן דרינען, זאָל אײַך נישט אַרױסשפּײַען. 23 און איר זאָלט נישט גײן אין די אײַנפֿירן פֿון דעם פֿאָלק װאָס איך פֿאַרטרײַב פֿון פֿאַר אײַך; װאָרעם דאָס אַלץ האָבן זײ געטאָן, און איך האָב מיך פֿאַרעקלט מיט זײ. 24 און איך האָב געזאָגט צו אײַך: איר װעט אַרבן זײער ערד, און איך װעל זי אײַך געבן זי צו אַרבן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. איך בין ה׳ אלוקיכם װאָס האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות. 25 דערום זאָלט איר אָפּשײדן צװישן דער רײנער בהמה און דער אומרײנער, און צװישן דעם אומרײנעם פֿױגל און דעם רײנעם, און איר זאָלט נישט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל מיט אַ בהמה, אָדער מיט אַ פֿױגל, אָדער מיט װאָס נאָר די ערד װידמענט, װאָס איך האָב אָפּגעשײדט צו מאַכן אומרײן פֿאַר אײַך. 26 און איר זאָלט מיר זײַן הײליק, װאָרעם איך ה׳ בין הײליק, און איך האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות, צו געהערן צו מיר.

27 און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז זײ װעלן זיך פֿאַרנעמען מיט אַ גײַסט אָדער אַ רוח, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן; מיט שטײנער זאָל מען זײ פֿאַרװאַרפֿן; זײער בלוט אױף זײ!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-