1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם. 3 אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד מִצרַיִם װאָס איר זײַט דערין געזעסן, זאָלט איר נישט טאָן; און אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד כּנַעַן, װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זאָלט איר נישט טאָן; און אין זײערע חוקים זאָלט איר נישט גײן. 4 מײַנע געזעצן זאָלט איר טאָן, און מײַנע חוקים זאָלט איר היטן צו גײן אין זײ; איך בין ה׳ אלוקיכם. 5 און איר זאָלט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ: איך בין ה׳.
6 איר זאָלט נישט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין ה׳.
7 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
8 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס.
9 די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן.
10 די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן שאַנד זײַנען זײ.
11 די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער – זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
12 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי.
13 די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן, װאָרעם דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי.
14 די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו נישט גענענען; דײַן מומע איז זי.
15 די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו נישט אַנטפּלעקן איר שאַנד.
16 די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס.
17 די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכטער, זאָלסטו נישט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט.
18 און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו נישט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן.
19 און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו נישט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד.
20 און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבֿר זאָלסטו נישט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר.
21 און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו נישט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.
22 און מיט אַ מאַנספּאַרשױן זאָלסטו נישט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.
23 און מיט קײן בהמה זאָלסטו נישט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל נישט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס.
24 איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע די דאָזיקע, װאָרעם מיט אַלע די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַראומרײניקט די פֿעלקער װאָס איך טרײַב אַרױס פֿון פֿאַר אײַך. 25 און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן, און איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט איר פֿאַר אירע זינד, און דאָס לאַנד האָט אַרױסגעשפּיגן אירע באַװױנער. 26 דערום זאָלט איר היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, און איר זאָלט נישט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך – 27 װאָרעם אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָבן געטאָן די מענטשן פֿון לאַנד װאָס פֿאַר אײַך, און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן – 28 כּדי דאָס לאַנד זאָל אײַך נישט אױסשפּײַען, אַז איר װעט עס פֿאַראומרײניקן, אַזױ װי עס האָט אױסגעשפּיגן דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַר אײַך. 29 װאָרעם איטלעכער װאָס װעט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן – די נפֿשות װאָס טוען עס, זאָלן פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.
30 און איר זאָלט היטן מײַן היטונג, נישט צו טאָן פֿון די אומװערדיקע אײַנפֿירן װאָס זײַנען געטאָן געװאָרן פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אײַך נישט פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם.